זונטיק דעם 8טן דעצעמבער האָט מען געמאַכט בײַם ייִװאָ אין ניו־יאָרק אַן אַנדענק־אָװנט פֿאַר דער װיכטיקער מוזיקאָלאָגין און ייִדיש־קולטור טוערין, חנה מלאָטעק. אויף דעם אָװנט, װאָס איז געװען טראַנסמיטירט לעבעדיקערהייט אויף דער אינטערנעץ, האָט מען געקענט הערן מיטגלידער פֿון דער מלאָטעק משפּחה, און אויך אַ סך װוּנדערלעכע אַרטיסטן, וועלכע האָבן געזונגען די לידער, װאָס חנה האָט אַנטפּלעקט אָדער אַליין געשאַפֿן.
און מ’האָט אויך דערמאָנט, װי װיכטיק ס‘איז געװען חנהס אײַנשטיין אין לאָס־אַנדזשעלעס, בשעתן באַזונדערן קורס, אײַנגעאָרדנט פֿאַר די גראַדואַנט־סטודענטן פֿונעם לינגװיסט און גרינדער פֿון ייִװאָ, מאַקס װײַנרײַך, זומער 1948. דעמאָלט, אויפֿן קורס, האָט חנה זיך פֿאַרליבט אין איר קומענדיקן מאַן, יוסף מלאָטעק, און זיך אויך פֿאַרליבט אין דער ייִדישער קולטור, װאָס האָט אינספּירירט סי אויפֿן גאַנצן לעבן.
כּמעט אין דער זעלבער צײַט װען דער אַנדענק־אָוונט איז פֿאָרגעקומען אין ניו־יאָרק, האָט או. סי. על. איי. (קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט, לאָס־אַנדזשעלעס־צווײַג) צופֿעליק דורכגעפֿירט אַ באַזונדערע אונטערנעמונג, װאָס האָט אַנטפּלעקט דעם פֿיזישן און גײַסטיקן צעשטעל פֿון ייִדיש-רעדנדיקן ל.אַ..
מיט דער כּװנה אונטערצושטרײַכן די ברייטע געשיכטע פֿון ייִדישן ל.אַ. — אי אין שטח, אי אינעם פּלאַץ װאָס די שטאָט פֿאַרנעמט אינעם פּאַנטעאָן פֿון אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער קלטור — איז פֿאָרגעקומען עפּעס אַ זעלטענע זאַך. יעדן טאָג זעט מען אין די לאָס־אַנדזשעלעסער אויטאָבוסן, װאָס פֿירן טוריסטן אין די באַרימטע ערטער פֿון שטאָט, די סטודיאָס און טעאַטערס, פֿאַרבינדן מיטן פּראָדוצירן פֿילמען. אומעטום קען מען באַקומען „סטאַר־מאַפּעס‟ — מאַפּעס װאָס באַװײַזן, װוּ ס’װוינען האָליװוּדס גרעסטע „שטערן‟ אין די רײַכע געגנטן, װי בעװערלי הילז, בעל אייר, א.אַ.װ… אָבער אַ מאַפּע װאָס באַװײַזט, װוּ ס’האָבן געװוינט די ייִדישע שרײַבערס ל. שאַפּיראָ, מלכּה חפֿץ־טוזמאַן, און אסתּר שומיאַטשער־הירשביין? אָדער די פּריװאַטע היים, װוּ דער לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישער קולטור־קלוב האָט זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן אין 1926?
די אויסנאַמיקע „מאַפּע‟ איז געװען אַ טייל פֿון אַן אויטאָבוס־טור, אָרגאַניזירט פֿון דעם או. סי. על איי. „צענטער פֿאַר יודאַיִשע לימודים‟. זי איז געװען צוזאַמענגעשטעלט פֿון צװיי יונגע פּאָסט־דאָקטאָראַנטן — די היסטאָריקערין, ד‟ר קאַראָלין לוס און דעם גאַסט־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער און דײַטשישער ליטעראַטור, סעם ספּינער. די צװיי האָבן אויך געפֿירט דעם טור, צוזאַמען מיט צװיי אַנדערע געלערנטע, װאָס האָבן אויך געהאַט געפֿאָרשט די קולטורעלע געשיכטע פֿון ייִדיש אין דער שטאָט — פּראָפֿ. קאַרען װילסאָן פֿון או. סי. על. איי., און דער פֿאַרװאַלטער פֿון דער אָרגאַניזאַציע „ייִדישקייט לאָס־אַנדזשעלעס‟, דאָקטער ראָבי פּעקאַרער. אָנגעהויבן האָט זיך דער טור אין בויל־הײַץ, אין מיזרח פֿון ל.אַ., װאָס איז היסטאָריש געװען דער צענטער פֿון ייִדישן קולטורעלן לעבן פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביז ניט לאַנג נאָך דער צװייטער װעלט-מלחמה. אין די 1930קער יאָרן האָבן אין דעם געגנט געװוינט אַן ארך 35,000 ייִדן.
די הויפּטפּונקטן דאָ, פֿאַרן טור, זענען געװען די געװעזענע פּאָעלי־ציאָניסטישע פֿאָלקס־שול, אַממיינסטן טעטיק אין די 1920ער יאָרן; די לעצטנס-רעמאָנטירטע בריד סטריט־שול; און דער אַלטער האָלענבעק־פּאַרק, װאָס איז אַ מאָל געװען אַן אָרט פֿאַר פּיקניקס און דעמאָנסטראַציעס. די בריד סטריט אָרטאָדאָקסישע שול איז געװען אַ װיכטיקער תּרץ פֿאַר נײַע אימיגראַנטן זיך צו באַזעצן אין דער בויל־הײַץ געגנט, װוּ ס’זענען געװען אַקטיװ לינקע־פּאַרטיייִשע ייִדישיסטן.
די בארך 50 מענטשן אויפֿן טור, פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישן לעבן אין ל.אַ., האָבן װײַטער באַזוכט אינעם מיזרח־ל.אַ. די געגנטן, װוּ ס’זענען אַ מאָל געװען די ערשטע אַרבעטער־רינג „ברענטשעס‟ און פֿאָלק־שולן אין ל.אַ.; אַ ביוראָ פֿונעם „פֿאָרװערטס‟, און, אין די 1930ער, אַפֿילו אַן אָפּטייל פֿון דעם ייִװאָ.
פֿון בויל־הײַץ האָט זיך דער טור געצויגן אין אַנדערע געגנטן פֿון מיזרח־ל.אַ., װי לאָס־פֿעליז. צװישן די שיינע הײַזער אינעם באַרגיקן אַרום האָט מען געקאָנט זען די הײַזקעס, װוּ ס’האָבן געװוינט די דיכטערינס מלכּה חפֿץ־טוזמאַן און, מיט עטלעכע גאַסן װײַטער, אסתּר שומיאַטשער־הירשביין. ביידע דיכטערינס האָבן אַנטייל גענומען אינעם ייִדישן קולטורעלן לעבן פֿון ל.אַ., און ביידע זענען געדרוקט געװאָרן אין די בלעטער פֿונעם לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל, „חשבון‟. װי ס’איז פּאַסיק אויף אַ ייִדישן „שטערן־טור‟, האָט מען פֿאָרגעלייענט װערק פֿון די צװיי דיכטערינס װעגן דעם קאַליפֿאָרניער לאַנדשאַפֿט.
ל.( יהושוה־לבֿי) שאַפּיראָס היים לעבן מעלראָז־גאַס, איז אויך געווען דאָס אָרט, װי דער אויטאָבוס האָט זיך אָפּגעשטעלט. דאָך, ניט געקוקט, וואָס דאָס לעבן האָט זיך אים דאָ ניט אַזוי אײַנגעגעבן דורך די דרײַ פֿאַרשיידענע זמנים, װאָס שאַפּיראָ פֿלעגט װוינען אין ל.אַ., האָט די ייִדיש־רעדנדיקע קהילה יאָ אַנערקענט זײַנע טאַלאַנטן. זײַן װיכטיקער עסיי, „דער שרײַבער גייט אין חדר‟, איז אַרויס אין ל.אַ. אין 1945. אַ יאָר נאָך זײַן טויט, אין 1949, איז דאָ אויך דערשינען דער באַנד „כּתובֿים‟, מיט אַן אָפּקלײַב פֿון זײַנע שאַפֿונגען און אַ סך מאַטעריאַלן װעגן אים.
דער סאַמע לעצטע סטאַנציע פֿון „ייִדישן סטאַר-טור‟ איז געװען פּאַסיק אָפּצוגעבן דעם כּבֿוד פּרץ הירשביין, דעם װעלט־באַרימטן דראַמאַטורג און שרײַבער. מ’האָט זיך אָפּגעשטעלט בײַם װילשער־איבעל טעאַטער, אַ פּרעכטיקער בנין, געשאַפֿן אין סטיל פֿון אַרט־דעקאָ. אין דעם זעלבן טעאַטער, װוּ מ’האָט מיט עטלעכע חדשים צוריק געפֿײַערט דעם געבורטס-טאָג פֿונעם אַקטיאָר דזשאָרדזש קלוני, האָט מען אין 1940 געפּראַװעט דעם ס60טן געבורטסטאָג פֿון פּרץ הירשביין.
דאָס איז פֿאָרגעקומען גלײַך נאָך זײַן אָנקומען אין ל.אַ. צו אַרבעטן איבער אַ פֿילם; און דאָ אין שטאָט איז ער שוין געבליבן װוינען 8 יאָר, מיט זײַן װײַב אסתּר שומיאַטשער, ביז זײַן טויט. ער איז מקבֿר געוואָרן אין „האָליװוּד אייִביק‟ בית־עולם, בשכנות מיט די באַרימטע האָליװוּד־פּערזענלעכקייטן; צװישן זיי, פּאָל מוני (משלום מאיר װײַסנפֿרוינד), אַ באַװוּסטער קינאָ־אַקטיאָר, װאָס האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע אין ייִדישן קוננס־טעאַטער אין ניו־יאָרק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.