ייִדישע ידיעות פֿון מאָסקווע

News From Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published December 11, 2013, issue of January 03, 2014.

דער צענטער פֿונעם ייִדישן אינטעלעקטועלן לעבן אין מאָסקווע בלײַבט דער פּראָיעקט „אשכּולות‟, וואָס אָרגאַניזירט אָפֿענע לעקציעס און באַגעגענישן, וואָס מע רעדט אויף זיי אַרום כּלערליי טעמעס פֿון ייִדישע לימודים פֿון אַן אומדערוואַרטן קוקווינקל. נאָך אַ פֿאָרמאַט פֿון „אשכּולותס‟ אונטערנעמונגען — פֿעסטיוואַלן פֿון „קלווּז קידינג‟: מע פֿאָרט אויף אַ סוף־וואָך אין אַן אָפּרו־הויז, און דאָרטן האָט מען אַן אָנגעזעטיקטע פּראָגראַם: מע לייענט אַ בוך אָדער ספֿר מיט קאָמענטאַרן; מע רעדט אַרום דעם טעקסט; מע פֿאַרגלײַכט אים מיט ענלעכע יצירות. אין דער פּראָגראַם זענען אויך דאָ פּלענאַרע לעקציעס, קאָנצערטן, וווּ מע ווײַזט און רעדט אַרום פֿילמען. די וואָך האָט דער פּראָיעקט דורכגעפֿירט שוין דעם 6טן פֿעסטיוואַל. באַשעפֿטיקט האָט מען זיך דאָס מאָל מיט וויזואַלע טעקסטן: גערעדט וועגן פֿילמען פֿון ייִדישע רעזשיסאָרן, אייראָפּעיִשע בילדער מיט תּנ”כישע סיוזשעטן און טראַדיציעס פֿון אויסטײַטשן חלומות — אין תּנ”ך, אין תּלמוד, אין ווײַטערער ייִדישער קולטור, אין דער אייראָפּעיִשער וויסנשאַפֿט, און בײַ זיגמונד פֿרויד. דער פּראָגראַם־דירעקטאָר פֿונעם פּראָיעקט, סעמיאָן פּאַריזשסקי, האָט צוגעזאָגט, אַז דער נעענסטער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען אין יוני אין ירושלים.

***

די וואָך איז אויך באַצייכנט מיט אַ וויסנשאַפֿטלעכער געשעעניש: דער צענטער פֿון ייִדישע לימודים „ספֿר‟ (אַ טייל פֿון וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע) האָט דורכגעפֿירט אַ יערלעכע קאָנפֿערענץ, וווּ מ‘האָט פֿאַרגלײַכט 2 פֿאָלקסטימלעכע טראַדיציעס: די ייִדישע און די סלאַווישע. דאָס מאָל איז די טעמע געווען „לעבן־ציקל‟. מע האָט גערעדט וועגן ייִדישע און סלאַווישע מינהגים, פֿאַרבונדן מיטן געבוירן און חתונה האָבן, טויט, און וועגן פֿאָלקס־פֿאָרשטעלונגען פֿונעם לעבן נאָכן טויט. אַ ריי רעפֿעראַטן זענען צוגעגרייט געווען אויפֿן סמך פֿון די מאַטעריאַלן אויף ייִדיש — זכרונות, ליטעראַטור, אינטערוויוען, וואָס מע האָט פֿאַרשריבן אין עקספּעדיציעס קיין אוקראַיִנע, מאָלדאָווע און ווײַסרוסלאַנד.

***

זונטיק האָבן די מאָסקווער ייִדן זיך ווידער דערמאָנט אין שנאורסאָנס ביבליאָטעק. אין דעם דאָזיקן טאָג לויטן ייִדישן לוח, ה’ בטבֿת, מיט 26 יאָר צוריק, האָט די סאָוועטישע מלוכה דערלויבט דעם חב”ד אַרויסצופֿירן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אַ טייל פֿון דער ביבליאָטעק פֿונעם זעקסטן ליובאַוויטשער רבין. דער זיבעטער רבי האָט אָנגערופֿן ה’ בטבֿת, דער טאָג פֿון ייִדישע ספֿרים. איז זונטיק אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי פֿאָרגעקומען אַן עקסקורסיע איבערן ביבליאָטעק־אָפּטייל, וואָס אַהין האָט מען אַריבערגעפֿירט שנאורסאָנס זאַמלונג פֿון דער מלוכישער ביבליאָטעק. געפֿירט די עקסקורסיע האָט איינער פֿון די הויפּטן בײַם מוזיי, ברוך גאָרין. נאָך דער עקסקורסיע האָט מען געקענט זען אַ פֿילם וועגן חב”ד.

***

מיכאַיִל גראָבמאַן
מיכאַיִל גראָבמאַן

און די לעצטע ידיעה פֿון הײַנט: די וואָך האָט זיך אָנגעהויבן די רעטראָספּעקטיוו־פּראָגראַם פֿון מיכאַיִל גראָבמאַן — ייִדישער מאָלער־אַוואַנגאַרדיסט און דיכטער, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע און וווינט שוין 40 יאָר אין ישׂראל. די וואָך, מאָנטיק, האָט מען דעמאָנסטרירט דעם פֿילם „קינאָ פֿון ווערקשטאַט־תּקופֿה‟, געווידמעט דער מאָלערײַ פֿון סאָוועטישן אַוואַנגאַרד, און דערנאָך איז געווען אַ דיסקוסיע וועגן גראָבמאַנס ראָלע אין דער באַוועגונג. אין מאָסקווער מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט האָט זיך נעכטן געעפֿנט זײַן פּערזענלעכע אויסשטעלונג — מאָלערײַ, צייכענונגען, פֿאָטאָס פֿון זײַנע פּערפֿאָרמאַנסן און אינסטאַליאַציעס. די אויסשטעלונג ווערט געשטיצט פֿון דער מאָסקווער רעגירונג און אַמבאַסאַדע פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד. זי וועט דויערן ביזן 26סטן יאַנואַר.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.