„אינאַדי‟, דער מלוכהשער אינסטיטוט אויסצומײַדן און פֿאָרשן דיסקרימינאַציע־פֿאַלן אין אַרגענטינע, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַריכט איבער 15000 פֿאַלן, וואָס 27 אוניווערסיטעטן האָבן צוגעשטעלט. 65 פּראָצענט פֿון די אַרגענטינער האָבן געליטן אָדער בײַגעווען אַ דיסקרימינאַציע־אַקט במשך 2003. 58 פּראָצענט פֿון די פֿאַלן זײַנען פֿאָרגעקומען אין שול, אָדער אין אַרבעט־פּלעצער; און דער וויכטיקסטער מאָטיוו פֿון דיסקרימינאַציע איז דער סאָציאָ־עקאָנאָמישער ניוואָ.
90 פּראָצענט מוסולמענער און 57 ייִדן האָבן דערקלערט, אַז זיי זײַנען דיסקרימינירט געוואָרן, און לויט דער „דאַיאָ‟ איז דער אַנטיסעמיטיזם געשטיגן אויף אַ 50 פּראָצענט הײַיאָר.
מיט 30 יאָר צוריק האָט דער מיליטערישער רעזשים איבערגעגעבן די מאַכט דער דעמאָקראַטישער רעגירונג. אין אַרגענטינע האָט מען געפֿײַערט אָט די דאַטע מיט אַ פֿאָלקס־מאַניפֿעסטאַציע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט נאָר די אָנהענגערס פֿון דער פּרעזידענטין; און מיט אַ פֿאָלקס־קאָנצערט ביז שפּעט בײַ נאַכט. די אָפּאָזיציע האָט זיך קעגנגעשטעלט און געבעטן אָפּלייגן די פֿײַערונגען איבער דער סאָציאַלער לאַגע, אָבער די רעגירונג איז אָנגעגאַנגען מיט דער פּלאַנירטער פּראָגראַם.
די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט באַערט די אַזוי גערופֿענע „ייִדישע פֿאַרשוווּנדענע‟, אַן אייפֿעמיזם, וואָס די מיליטער־לײַט האָבן באַניצט אָנצורופֿן די קעגנער, וואָס זײַנען אַרעסטירט און דערהרגעט געוואָרן. מען שאַצט, אַז אַ 30,000 זײַנען אומגעקומען; און כאָטש די ייִדישע באַפֿעלקערונג גרייכט צו 3 פּראָצענט, זײַנען צווישן די פֿאַרשוווּנדענע געווען 1 פּראָצענט ייִדן, וואָס האָבן געליטן טאָפּלט, און מער געפּײַניקט געוואָרן איבער דעם, וואָס זיי זײַנען געווען ייִדן.
אורוגווײַ האָט לעגאַליזירט מאַריכואַנע. דער פּאַרלאַמענט דאַרף נאָך גוטגעהייסן דעם געזעץ, וואָס דערלויבט פּראָדוצירן און פֿאַרקויפֿן מאַריכואַנע־פּאַפּיראָסן. אַ סך אינסטיטוציעס און רעליגיעזע פֿאַקטאָרן האָבן זיך קעגנגעשטעלט און האַלטן, אַז דער געזעץ איז קעגן דער אורוגווײַער קאָנסטיטוציע.
ישׂראל איז הײַיאָר געווען דאָס אײַנגעלאַדענע לאַנד אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יאַריד אין גוואַדאַלאַכאַראַ, מעקסיקע. „עס קען זײַן, אַז די ווירקלעכקייט זאָל האָבן אַ זין, אָבער דער אמת איז, אַז איך געפֿין זי ניט‟. אַזוי האָט געזאָגט דער שרײַבער אתגר קרת, מחבר פֿון „פּיצעריע קאַמיקאַדזע‟, און דער זאַץ האָט רעזומירט דעם גײַסט פֿון דער ישׂראלדיקער דעלעגאַציע.
די שרײַבערס און די קינסטלערס האָבן כּסדר אָנגעוויזן זייער דיסטאַנץ פֿון שרײַבערס פֿונעם פֿריִערדיקן דור, ווי עמוס עוז און א. ב. יהושע; און ווײַט פֿון דער טעמאַטיק פֿון דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור אין 20סטן יאָרהונדערט (חורבן, אָקופּאַציע און מלחמה).
דוד גראָסמאַן האָט אין זײַן דיאַלאָג מיט מאַריאַ וואַרגאַס ליאָסאַ דערקלערט, „אַז די ענדגילטיקע יוסטיץ, וואָס הייסט, דער זיג פֿון איין צד אויפֿן צווייטן, איז אַ זאַך פֿון פֿאַנאַטיקערס און עקסטרעמיסטן. קיין ראַציאָנאַלער מענטש קען אַזוי נישט טראַכטן. איך גלייב אין אַ מענטשלעכער יוסטיץ, ווייטיקלעך פֿאַר ביידע צדדים‟.
ניר ברעמס ראָמאַן „גוטע מענטשן‟ איז אַ רעפֿערענץ צו פֿאַרשטיין די נײַע ישׂראלדיקע ליטעראַטור. דער ראָמאַן באַהאַנדלט דעם חורבן, און ער אַנטהאַלט ניט קיין שום אָנווײַזונג אויפֿן חורבן. דער ראָמאַן לייקנט אויך, אַז אויף ישׂראל לויערט אַ געפֿאַר פֿון פֿאַרשווינדן; און אַ מדינה, וואָס פּריאָריזירט וויאָלענץ און ניט ליבע, קען נישט אויספֿורעמען בירגער, וואָס זאָלן שטאָלץ זײַן מיט זייערע ווערטן. דער ראָמאַן האָט אַרויסגערופֿן א סקאַנדאַל אין ישׂראל, און דער מחבר האָט דערקלערט, אַז בעלעטריסטיק דאַרף ניט דערציִען דעם לייענער, נאָר אים סטימולירן צו טראַכטן.
שמעון פּערעסעס ווערטער בײַ דער דערעפֿענונג: „פּונקט ווי מיר האָבן אונטערגעשריבן אַ שלום־אָפּמאַך מיט יאָרדאַניע, וועלן מיר אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך מיט פּאַלעסטינע‟ — זײַנען געווען דער לייט־מאָטיוו בעת דעם יאַריד.
די מוראדיקע אינפֿלאַציע און דער שווערער עקאָנאָמישער קריזיס האָבן גורם געווען פּראָטעסטן אין גאַנצן לאַנד. גרעמיאַליסטן בעטן לוין־העכערונגען און דראָען מיט שטרײַקן. אין אַ ריי פּראָווינצן האָט די פּאָליציי געפֿאָדערט העכערונגען און איז אַרויס אין אַ פּאַסיוון שטרײַק, וואָס האָט דערמעגלעכט, אַז דאָס פֿאָלק און גנבֿים זאָלן אַטאַקירן שפּײַזקראָמען, געשעפֿטן פֿון עלעקטראָניק און בגדים. סוחרים האָבן זיך פֿאַרטיידיקט. פֿאַר דער רעגירונג זײַנען די אומרוען — פּאָליטישע מאַניפֿעסטאַציעס, כאָטש אין די אָרעמסטע פּראָווינצן לײַדט דאָס פֿאָלק הונגער, און די סאָציאַלע פּלענער פֿון דער רעגירונג באַווײַזן ניט אַנטקעגנצוקומען מיט די מינימאַלסטע באַדערפֿענישן פֿון דער באַפֿעלקערונג. 11 טויטע און בײַ די 2000 אַטאַקירטע געשעפֿטן אין גאַנצן לאַנד — זײַנען דער רעזולטאַט פֿון די אומרוען איבערן גאַנצן לאַנד.
דער ייִדישער ייִשובֿ האָט זיך סאָלידאַריזירט מיט דער כינעזישער געמיינדע, וואָס האָט געליטן פֿון די אַטאַקעס אויף זייערע שפּײַז־קראָמען.
ייִדישע אינסטיטוציעס און קלובן זאַמלען סיסטעמאַטיש שפּײַז און קליידער, און זיי פֿאַרטיילן עס אין די אָרעמע געגנטן, וואָס רינגלען אַרום די קאַנטרי־קלובן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.