צען יאָר נאָך זײַן טויט, ווערט דער ייִדישער סעקרעטאַר פֿונעם פֿילאָסאָף און שרײַבער זשאַן־פּאָל סאַרטרע אַליין געלויבט ווי אַ פֿעיִקער פֿראַנצייזישער שרײַבער, נאָך דער אָקערשטיקער פּובליקאַציע פֿון זײַנע ווערק.
די שריפֿטן פֿון בעני לוי, וועלכער איז געשטאָרבן אין 2003 צו 58 יאָר, געפֿינען זיך אינעם נײַעם בוך A La Vie (לחיים!), באַגלייט מיט אַרטיקלען פֿון זײַנע סטודענטן און קאָלעגעס, ווי אויך די זכרונות פֿון זײַן אַלמנה, לעאָ.
בעני לוי, וועלכער האָט געדינט ווי סאַרטרעס סעקרעטאַר פֿון 1973 ביז 1980, איז אויך געווען זײַן מיט־מחבר בײַ עטלעכע ביכער פֿון זייערע שמועסן. אין איינעם פֿון די ביכער, וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן נאָך סאַרטרעס טויט, האָט לוי ציטירט דעם וועלט־באַרימטן פֿילאָסאָף, וווּ ער דריקט אויס מיטגעפֿיל פֿאַרן רעליגיעזן לעבן־שטייגער, בפֿרט פֿון די ייִדן. סאַרטרע האָט דעמאָלט אויך באַצייכנט די ליידן פֿון די ייִדן ווי „דאָס ערגסטע פֿון אַלע ליידן‟. געוויסע מענטשן פֿון סאַרטרעס קרײַזן, אַרײַנגערעכנט זײַן לעבנס־באַגלייטערין, סימאָן דע בוּוווּאַר, האָבן מיט כּעס באַשולדיקט לוי אין האָבן פֿאַלש ציטירט סאַרטרע.
אין A La Vie, לייענט מען וועגן בעני לויס קינדער־יאָרן ווי דער זון פֿון אַן עגיפּטיש־ייִדישער משפּחה אין קאַיִר. אין די שפּעטערע יאָרן האָט לוי דערציילט ווי טראַוומאַזירט ער איז געוואָרן פֿונעם אַנטיסעמיטיזם אין קאַיִר, בפֿרט נאָכן סועץ־קריזיס אין 1956. זײַן משפּחה איז אַנטלאָפֿן קיין בעלגיע, און דערנאָך קיין פֿראַנקרײַך.
דער יונגער בעני האָט שטודירט אינעם אָנגעזעענעם פּאַריזער אוניווערסיטעט „עקאָל נאָרמאַל סופּעריער‟, וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט באַקאַנטע ייִדישע דענקער, ווי זשאַק דערידאַ און ריימאָנד אַראָן. נאָכן אָנשליסן זיך אין די לינקע קרײַזן, האָט ער זיך באַקענט און פֿאַרליבט אין לעאָ, אַ מיידל פֿון אַ פּויליש־ייִדישער משפּחה, און מיט איר חתונה געהאַט.
בעניס קאָמעראַדן האָבן אים געוואָרנט, אַז צוליב דעם אײַנגעפֿונדעוועטן אַנטיסעמיטיזם אין פֿראַנקרײַך, וועט ער מוזן אָננעמען אַ מער פֿראַנצייזישן נאָמען, האָט ער מסכּים געווען, און אָנגענומען דעם נאָמען פּיער וויקטאָר.
נאָכן ישׂראלדיקן נצחון אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, שרײַבט זײַן אַלמנה, לעאָ, אינעם בוך, „האָבן די ייִדן זיך שטאַרק געפֿרייט און שטאָלצירט מיט דער געשעעניש, אָבער מיר, די ראַדיקאַלן, האָבן שוין געהאַט פֿאַרגעסן, ווי אַזוי אָפּצושאַצן אונדזער ייִדישע אידענטיטעט, און עס געדאַרפֿט באַהאַלטן.‟
אינטערעסאַנט, אַז דווקא סאַרטרע, וועלכער איז שטאַרק קריטיקירט געוואָרן פֿאַר זײַן קאָנטראָווערסאַל בוך „אַנטיסעמיטיזם און דער ייִד‟, פּובליקירט אין 1946, איז געווען איינער פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן לוין אינספּירירט זיך אומצוקערן צו זײַנע ייִדישע וואָרצלען. בעני לוי האָט אַליין איבערגעגעבן זײַן פֿרײַנד, דעם פֿילאָסאָף אַלאַן פֿינקלקראַוט: „סאַרטרע האָט מיך איבערצײַגט צוריקצונעמען מײַן אייגענעם נאָמען און אָנהייבן לייענען די ביבל.‟
יאָרן לאַנג זענען לוי און סאַרטרע געווען נאָענטע פֿרײַנד. בעת אַ שמועס, פּובליקירט אין דער צײַטונג „ליבעראַסיאָן‟ אין 1977, האָט סאַרטרע דערקלערט: „די זאַך וואָס איז מיר גלײַך געפֿעלן געוואָרן וועגן דיר איז, אַז דו האָסט מיר אויסגעזען קליגער, ווי ס׳רובֿ פֿון די פּאָליטישע אַקטיוויסטן, וואָס איך האָב געקענט… און אויך אַ סך מער אָפֿנהאַרציק. ביסט תּמיד געווען גרייט צו רעדן אויף טעמעס מחוץ דער פּאָליטיק, וואָס ביז דעמאָלט האָב איך אַרומגערעדט בלויז מיט פֿרויען. ביסט אַ מאַנסביל מיט אַ געוויסער פֿעמינינער קוואַליטעט.‟
די צוויי פֿרײַנד האָבן אָבער נישט תּמיד מסכּים געווען איינער מיטן צווייטן. אין 1972, למשל, נאָך דער שחיטה פֿון 11 ישׂראלדיקע אַטלעטן מצד די פּאַלעסטינער טעראָריסטן, בעת דער אָלימפּיאַדע אין מינכען, איז לוי שאָקירט געוואָרן פֿון דער אַקציע, און סאַרטרע האָט דערקלערט, אַז „טעראָריזם איז באַרעכטיקט, ווען ס׳איז נישטאָ קיין אַנדער מיטל זיך אַנטקעגנצושטעלן‟.
אין 1977, נאָך דעם ווי דער עגיפּטישער פּרעזידענט אַנוואַר סאַדאַט איז געוואָרן דער ערשטער אַראַבישער פֿירער צו באַזוכן ישׂראל, האָט סאַרטרע פֿאָרגעלייגט לוין צו פֿאָרן מיט אים אַהין. באַגלייט מיט סאַרטרעס געליבטער און אַדאָפּטירטער טאָכטער אַרלעט עלקיין־סאַרטרע, האָט בני לוי, צום ערשטן מאָל, געלייגט תּפֿילין בײַם כּותל־מערבֿי. דעמאָלט האָט זיך אָנגעהויבן זײַן אייגענע גײַסטיקע נסיעה, און אין 1997 איז ער עולה געווען, און געווידמעט זײַן צײַט, דער עיקר, צו לערנען גמרא, מיסטיציזם און די ווערק פֿון עמנואל לעווינאַס, דער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף, וועלכער האָט אַליין געשטאַמט פֿון אַ ליטוויש־ייִדישער משפּחה. מיט דער צײַט האָט לוי געגרינדעט דעם פֿראַנצייזיש־שפּראַכיקן „ירושלימער אינסטיטוט לכּבֿוד דער לערע פֿון לעווינאַס‟.
הגם די זשורנאַליסטן האָבן דעמאָלט באַצייכנט לוי ווי איינער וואָס איז „פֿון מאַאָ אַוועק צו משהן‟, האָט לוי אַליין געטענהט, אַז דאָס איז נישט פּינקטלעך. „איך שטאַם פֿון אַ טראַדיציאָנעלער משפּחה, און האָב — נאָך אַ סך יאָרן ווי אַ סעקולערער ראַדיקאַל — זיך פּשוט אומגעקערט צו מײַנע אמתע וואָרצלען,‟ האָט לוי באַטאָנט. „דאַרף מען זאָגן, אַז איך בין ׳פֿון משהן אַוועק צו מאַאָ, און דערנאָך צוריק צו משהן׳.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.