אַזוי ווי דער אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלער גײַסט שטרעבט צו פֿרײַהייט און קעגן דעם דעספּאָטיזם פֿון אַ גוט־פּלאַנירטער קונסט און קולטור־פּאָליטיק, ווערן אַ סך וויכטיקע פּראָיעקטן, וואָס אין אַנדערע לענדער פֿירן אָן מיט זיי גרויסע מלוכה־אינסטאַנצן, בײַ אונדז געמאַכט פֿון איבערגעגעבענע קליינע גרופּעס און אַפֿילו יחידים. אין אייראָפּע, למשל, פֿאַרנעמט זיך די רעגירונג מיטן דיגיטאַליזירן און צוטריטלעך מאַכן די קולטור־אוצרות פֿון פֿאָלק: די היסטאָרישע ביכער, צײַטונגען און דאָקומענטן. אַזוי פֿירט זיך אויך אין ישׂראל. אָבער בײַ אונדז, אין אַמעריקע, מיט אונדזער געבענטשטער פֿרײַהייט פֿאַרנעמען זיך מיט דעם כּל־מיני פֿאַרשיידענע גרופּקעלעך און אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן ניט צו טאָן איינע מיט דער צווייטער. אַזאַ גרויסן פּראָיעקט ווי HebrewBooks.org, אַ וועבזײַטל, וווּ מע קען אַראָפּלאָדן 50,000 פֿאַרשיידענע ספֿרים (און אויך ביכער אויף ייִדיש), איז בעצם די אַרבעט פֿון איין מענטש, חיים ראָזענבערג, אַ ליובאַוויטשער חסיד.
דער „מוזיי פֿון משפּחה־געשיכטע” (www.museumoffamilyhistory.com) איז אַ פּראָיעקט פֿון אַן ענלעכן פֿאַרנעם. סטיווען לאַסקי, אַן אויגן־דאָקטער פֿון לאָנג־אײַלאַנד, אַרבעט שוין 10 יאָר מיט אויסערגעוויינטלעכער התמדה אויך ווי אַ ייִדישער היסטאָריקער. אָנגעהויבן האָט ער, דער עיקר, מיט דער פֿאָרשונג פֿון זײַן אייגענער משפּחה. אָבער צוביסלעך האָבן זײַנע אינטערעסן זיך אויסגעברייטערט, ביז ער האָט געשאַפֿן אַ וועבזײַטל, וווּ ער האָט אָנגעהויבן אַרויפֿשטעלן פֿאַרשיידענע זכרונות און בילדער. פֿון דעם איז געוואָרן דער גרויסער „מוזיי פֿון משפּחה־געשיכטע”, וואָס נעמט אַרײַן הונדערטער ווידעאָס, רעקאָרדירונגען, ביאָגראַפֿיעס, און ספּעציעלע אויסשטעלונגען אויף ייִדישע טעמעס.
כאָטש דער מוזיי האָט הײַנט אַ סך מער ווי משפּחה־געשיכטע, בלײַבט לאַסקיס ציל דער זעלביקער: צו אינספּירירן אַנדערע מענטשן צו ווערן היסטאָריקער פֿאַר זייערע אייגענע משפּחות, צו אינטערוויויִרן זייערע אַלטע קרובֿים און צו זאַמלען די אַלטע בילדער, כּדי עפּעס זאָל בלײַבן אַ ירושה פֿון די אַמאָליקע דורות. אין אונדזער צײַט ווערט די פֿאַרגאַנגענהייט אַזוי גיך פֿאַרגעסן און פֿאַרווישט, וויל ער זיך שטעלן קעגן דער טענדענץ. דערצו האַלט ער, אַז דער בעסטער מיטל זיך צו לערנען וועגן דער אַלגעמיינער היסטאָריע איז דורך דער אייגענער משפּחה.
אין די לעצטע צוויי יאָר האָט זיך לאַסקי שטאַרק אַרײַנגעטאָן אין ייִדיש, דער עיקר, דורך זײַן אַרבעט איבערצוזעצן אויף ענגליש זלמן זילבערצווײַגס „לעקסיקאָן פֿון ייִדישן טעאַטער”. די דאָזיקע זעקס־בענדיקע ביאָגראַפֿישע ענציקלאָפּעדיע איז דער וויכטיקסטער רעסורס בכלל פֿאַר דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער, סײַ אין אַמעריקע, סײַ אין דער אַלטער היים. זילבערצווײַג האָט אָנגעהויבן פּלאַנירן זײַן לעקסיקאָן נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, געאַרבעט אויף אים זײַן גאַנץ לעבן, און נאָך געהאַלטן אין דרוקן דעם זיבעטן באַנד פֿאַר זײַן פּטירה אין 1972. דער לעקסיקאָן נעמט אַרײַן איבער 1,500 באַזונדערע ביאָגראַפֿיעס און באַשרײַבונגען, ווי אויך אַ באַנד „קדושים”, וועגן די הונדערטער אַקטיאָרן, וואָס זייערע לעבנס זײַנען פֿאַרשניטן געוואָרן פֿונעם גרויסן חורבן. זילבערצווײַג איז געווען, אַזוי ווי לאַסקי, אַ גאַנצע אינסטיטוציע פֿאַר זיך.
דערווײַל האָט לאַסקי נאָך ניט פֿאַרענדיקט די ריזיקע אַרבעט פֿון איבערזעצן, אָבער דער גרעסטער חלק פֿונעם לעקסיקאָן, אפֿשר דרײַ־פֿערטל, איז שוין דאָ צו לייענען אויף זײַן וועבזײַטל, צוזאַמען מיט די הונדערטער בילדער פֿון די געדרוקטע בענד. ווײַל זײַן מוזיי האָט ניט קיין בודזשעט, דאַרף ער זיך פֿאַרלאָזן אויף פֿרײַוויליקע העלפֿער, און, באַזונדערס, אויף זיך אַליין.
ווײַל דאָס דרוקן דעם לעקסיקאָן האָט זיך געשלעפּט איבער 40 יאָר, איז דער אַלפֿאַבעטישער סדר געוואָרן אין גאַנצן צעדרייט. געוויסע נעמען געפֿינען זיך אינעם אינהאַלט, אָבער ניט אינעם זעלביקן באַנד, בכלל איז זייער שווער צו געפֿינען וואָס מע זוכט. לאַסקי אַרבעט אויף אַ דאַטנבאַזע, וואָס וועט אַרײַננעמען אַלע פּרטים, אָבער דערווײַל קען מען זיך באַניצן מיטן כּוללדיקן זוכצעטל, וואָס נעמי דזשאָונס האָט געשאַפֿן פֿאַרן וועבזײַטל פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק:
legacy.www.nypl.org/research/chss/jws/leksikonindex.html
דזשאָונס האָט אויך אָנגעשריבן אַ וויכטיקע אַרבעט וועגן זילבערצווײַג, וווּ איך האָב צום ערשטן מאָל זיך דערוווּסט וועגן דעם ניט־פֿאַרענדיקטן זיבעטן באַנד. די לויזע געדרוקטע בלעטער פֿאַרן באַנד האָבן זיך געוואַלגערט צענדליקער יאָרן, ביז לאַסקי איז געפֿאַלן אויפֿן שׂכל, זיי צו סקאַנירן און אַרויפֿצושטעלן אויף זײַן וועבזײַטל. איצט קען דער ייִדישער לייענער, סוף־כּל־סוף, זען די געדרוקטע טיילן פֿון זילבערצווײַגס לעצט ווערק:
www.museumoffamilyhistory.com/yt/pdf/lex-V7.pdf
אינעם זיבעטן באַנד האָט אויך געדאַרפֿט אַרײַנגיין אַ לאַנגע געשיכטע פֿונעם ייִדישן קונסט־טעאַטער אין ניו־יאָרק (מאָריס שוואַרץ און זילבערצווײַג זײַנען געווען גוטע־פֿרײַנד): 371 גרויסע צוויי־קאָלומדיקע זײַטן, אָנגעפּיקעוועט מיט בילדער פֿון די אַקטיאָרן און פֿאָרשטעלונגען — וואָס מען קען איצט לייענען דאָ:
www.museumoffamilyhistory.com/yt/pdf/yata.pdf
דערצו פֿאַרמאָגט לאַסקי אַ גרויסע צאָל רעקאָרדירונגען פֿון זילבערצווײַג, וואָס האָט מיט זײַן ווײַב ציליע אָנגעפֿירט פֿון 1949 ביז 1969, זעקס טעג אַ וואָך, מיט אַ ייִדישער ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף פֿאַרשיידענע סטאַנציעס אין לאָס־אַנדזשעלעס. די דאָזיקע היסטאָרישע טראַנסמיסיעס האָבן זיך אויך געוואַלגערט צענדליקער יאָרן בײַ זילבערצווײַגס טאָכטער אין דער היים, ביז לאַסקי האָט זי איבערגערעדט זיי צו לאָזן דיגיטאַליזירן. איצט קען מען הערן 5 עפּיזאָדן אויף זײַן וועבזײַטל, און אויב דער עולם וועט אויסדריקן אַן אינטערעס צו דער פּראָגראַם, וועט ער אַרויפֿשטעלן מער:
www.museumoffamilyhistory.com/yw/radio/zz/ota.htm
צופֿעליק האָב איך זיך באַגעגנט מיט סטיווען לאַסקי מיט אַ וואָך צוריק בײַ אַן אָוונט פֿון „ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד אַקטיאָרן קלוב”. מיר זײַנען געזעסן בײַם זעלביקן טיש און האָבן ביידע געלעקט די פֿינגער פֿון דער באַטעמטער מוזיק און דער היימישער אַטמאָספֿער. איך האָב אַזוי גוט פֿאַרבראַכט, אַז כ’האָב פֿאַרגעסן לאַסקין צו באַדאַנקען פֿאַר זײַן גרויסן אויפֿטו. ניט נאָר איך, נאָר אונדזער גאַנצע ייִדיש־וועלט, איז אים שולדיק אַ דאַנק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.