ייִדישע פּאָעטן — װעגן זיך און דיכטונג

Yiddish Poets Speak about Themselves and Their Poetry


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 15, 2013, issue of January 03, 2014.

זינט דער דערפֿינדונג פֿון ביכערדרוק זײַנען נײַע טעכנאָלאָגישע חידושים כּסדר געװען אַ װיכטיקער כּלי פֿאַרן אַנטװיקלען און פֿאַרשפּרײטן די ייִדישע קולטור. איצט איז געקומען אַ נײַער טעכנישער נס, װאָס װעט בלי־ספֿק באַרײַכערן אונדזערע קענטענישן פֿון ייִדישער ליטעראַטור. אין משך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָט דער ייִדישער ביכער־צענטער אַרױסגעשטעלט אױף דער אינטערנעץ די רײַכע זאַמלונג פֿון אוידיאָ־רעקאָרדירונגען פֿון דער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל, די „פֿרענסיס בראַנדט ייִדישע אוידיאָ־ביבליאָטעק‟, װאָס נעמט אַרײַן בסך־הכּל מער װי טױזנט רעקאָרדירונגען.

צװישן די דאָזיקע אוצרות זײַנען פֿאַראַן אינטערװיוען, װאָס דער ייִדישער דיכטער און קריטיקער אַבֿרהם טאַבאַטשניק האָט געמאַכט מיט די ייִדישע פּאָעטן פֿאַר זײַן קלאַנג־אַנטאָלאָגיע „די שטים פֿון ייִדישן פּאָעט‟. די דאָזיקע שמועסן זײַנען אַן אוניקאַלער, אָבער װײניק־באַקאַנטער מקור פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. עס גײט דאָ ניט בלױז אין דעם, װאָס מען קאָן הערן ה. לײװיקן, יעקבֿ גלאַטשטײנען, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעסן און אַנדערע פּאָעטן לײענען זײערע לידער. מען קאָן זײ אױך הערן ווי זיי ריידן אַרום פּאָעזיע מיט איינעם פֿון די גרעסטע מומחים פֿון זײערע צײַט.

די דאָזיקע שמועסן, װאָס דױערן מער װי אַ שעה צײַט, לאָזן אַ סך בעסער צו פֿאַרשטײן סײַ דעם אײגענעם געדאַנקענגאַנג פֿון די ייִדישע דיכטער, סײַ די אינעװײניקע געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. יעדער דיכטער רעדט װעגן דעם, װאָס איז אַזױ פּאָעזיע בכלל און דער ייִדישער מאָדערניזם בפֿרט. זאָגט לײװיק: „דער פּאָעט באַטראַכט זיך, אַז אים איז עפּעס געגעבן געװאָרן דאָס, װאָס מען קען אָנרופֿן אַנטפּלעקונג […] און ער באַטראַכט זיך װי אײנער, װאָס נעמט זיך דאָס רעכט ניט דורך אַ געװיסער גאװה, נאָר פֿאַרקערט, דורך אַ געװיסער אינערלעכער באַשײדנקײט, און דורך אַן אינערלעכן גרױסן גלױבן אין אַ שליחות‟.

ה. לײװיק
ה. לײװיק

פֿאַר לײװיקן איז דער פּאָעט אַ גײַסטלעכער אָנפֿירער פֿון זײַן פֿאָלק, אַ מין מאָדערנער נבֿיא. דאָס איז אױך אַ טראַגישע פֿיגור, פֿול מיט בענקשאַפֿט. פֿאַר לײװיקן איז זײַן אײגענע ביאָגראַפֿיע אַ מין זאַמלונג פֿון די אײנצלנע ביאָגראַפֿיעס פֿון זײַנע לידער — אַלע צװײ טױזנט פֿון זײ.

אַנדערש קוקן אױף דעם די דיכטער פֿון דער גרופּע „אין זיך‟, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס און יעקבֿ גלאַטשטײן. לעיעלעס דערקלערט: „דער עצם פֿון פּאָעזיע איז דער ניגון.‟ להיפּוך צו לײװיקס דעה, אַז דער דיכטער איז אַ מין למד־װאָװניק, װאָס האַלט זיך װײַט פֿון די װעלט־דאגות, אָבער טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דער גאַנצער װעלט, — באַטאָנט לעיעלעס די אוניקאַלקײט פֿון דער פּערזענלעכער דערפֿאַרונג פֿונעם דיכטער: „מאָדערניזם — איז די פּערזענלעכקײט‟. דער מאָדערנער דיכטער מוז אַרײַנזאַפּן אין זיך די גאַנצע דערפֿאַרונג פֿון זײַן דור. גאַנץ ענלעך מײנט גלאַטשטײן: „דער דיכטער דאַרף װערן אַן עסטעטישער כראָניקער פֿון געשעענישן, ער דאַרף זײ פֿאַרפֿיקסירן אַזױ, אַז זײ זאָלן װערן בלײַבעװדיק‟.

יעקבֿ גלאַטשטײן
יעקבֿ גלאַטשטײן

אָבער עס איז אױך פֿאַראַן אַן אונטערשיד צװישן לעיעלעסן און גלאַטשטײנען. בעת אײנער באַטאָנט די בכורה פֿון מוזיק, פֿונעם ניגון אין אַ ליד, האַלט דער אַנדערער, אַז דאָס װיכטיקסטע איז טאַקע פֿאַרקערט, די „פּראָזע‟: „דאָס, װאָס בלײַבט פֿון אַ פּאָעט — בלײַבט בלױז די פּראָזאַיִשע ציטאַטע פֿון יעדן ליד. דאָס געזאָגטע בלײַבט, דאָס געזונגענע בלײַבט בלױז װי אַן אָפּקלאַנג‟ — אַזױ האַלט גלאַטשטײן. און דװקא די פֿעיִקײט צו באַהאַנדלען פּראָזע אױף אַ פּאָעטישן אופֿן האַלט ער פֿאַרן „גרױסן נסיון‟ פֿאַר אַ פּאָעט. זײַן װיכטיקסטער ליטעראַרישער „אױפֿטו‟, גיט ער צו, איז דװקא געװען דאָס „אײַנשפּאַנען‟ פּראָזאַיִשע װערטער אין דער פּאָעזיע.

אַ סך פֿון דעם, װאָס די ייִדישע דיכטער זאָגן אין זײערע שמועסן מיט טאַבאַטשניק, האָבן זײ אַזױ אָדער אַנדערש אױסגעדריקט אין זײערע געשריבענע אַרטיקלען. און דאָס איז דאָס „געזאָגטע‟, װאָס בלײַבט. אָבער װאָס לאָזט זיך ניט הערן אינעם געדרוקטן װאָרט איז דװקא דאָס „געזונגענע‟, דער „אָפּקלאַנג‟ פֿונעם גערעדטן װאָרט, און דאָס איז מסתּמא דאָס סאַמע װערטפֿולע אין טאַבאַטשניקס רעקאָרדירטער אַנטאָלאָגיע פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע. עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן אָפּצוהיטן פֿאַר די קומעדיקע דורות די לעבעדיקע רײד פֿון ייִדישע דיכטער, װי זײ לײענען זײערע לידער און װי זײ רעדן װעגן זיך און זײער קונסט.

לײװיקס ליטװישער ייִדיש, מיט געמאָסטענע אינטערװאַלן און קלאָרע קלאַנגען, פּאַסט זײער גוט צו צו זײַן באַגריף פֿון אַ דיכטער װי אַ נבֿיא, װאָס שטײט בײַ דער זײַט פֿון דאגות־היום. זײַן אופֿן פֿון לײענען לידער איז אַ ביסל איבערגעטריבן אין איר ריטמישקײט, באַװירקט דורך דער רוסישער דעקלאַמאַטאָרישן סטיל. אַזױ װי אָסיפּ מאַנדערלשטאַם אָדער יוסף בראָדסקי, װיל לײװיק איבערגעבן, קודם־כּל, דעם אינערלעכן ריטמיש־מוזיקאַלישן סדר פֿונעם ליד.

אין אונטערשיד, גיבן אונדז לעיעלעס און גלאַטשטײן צװײ פּרעכטיקע מוסטערן פֿון פּױלישן ייִדיש, דעם לאָדזשער און דעם לובלינער. זײ זײַנען אַ סך מער עמאָציאָנעל און טעאַטראַליש, זײערע קאַדענצן קלײַבן זיך אױף און דערנאָך פֿאַלן באַלד אַראָפּ. צומאָל רעדן זײ װאָגיק און פּאַמעלעך, מיט דראַמאַטישע פּױזעס, און צומאָל דראָבנע־גיך, אַזױ װי זײ יאָגן זיך נאָכן לױפֿנדיקן געדאַנק. און דאָס העלפֿט אונדז בעסער צו פֿאַרשטײן אױך דעם חידוש, װאָס די „אינזיכיסטן‟ האָבן אַרײַנגעבראַכט אין דער ייִדישער פּאָעזיע מיט זײער „פּראָזאַיִשער‟ שטים און אינטאָנאַציע — דער חידוש, װאָס האָט צו טאָן, צװישן אַנדערע זאַכן, מיט דעם חילוק צװישן דעם רוסישן און פּױלישן ייִדיש.