אַ האָטעל אין לאָרקאַ, שפּאַניע, וואָס מע האָט געבויט איבער די חורבֿות פֿון אַ שיל פֿונעם 15טן יאָרהונדערט, האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך געעפֿנט אַ נײַע סינאַגאָגע אויפֿן זיבעטן שטאָק.
דער חנוכּת־הבית פֿון דער שיל בײַם לוקסוס־האָטעל „פּאַראַדאָר דע לאָרקאַ”, איז געווען דער רעזולטאַט פֿון אַ ריי פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דער האָטעל־פֿאַרוואַלטונג און דער ייִדישער קהילה־אָרגאַניזאַציע, „ספֿרד ביתינו”, וואָס וועט אָנפֿירן מיט די אָפּעראַציעס פֿונעם נײַעם בית־מדרש.
דער פּרעזידענט פֿון „ספֿרד ביתינו”, אַהרון פֿראַנקאָ, האָט אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיט דער האָטעל־נעץ „פּאַראַדאָרעס” דעם 4טן דעצעמבער.
די שיל איז אַנטדעקט געוואָרן בעת מע האָט געבויט דעם האָטעל, וואָס האָט געעפֿנט זײַנע טירן פֿאַראַיאָרן.
אויפֿן זיבעטן שטאָק פֿונעם האָטעל האָט מען אויך געעפֿנט אַ קליינעם ייִדישן קולטור־צענטער, וואָס אינפֿאָרמירט די באַזוכער וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון שפּאַניע, און גיט איבער אַ באַשרײַבונג וועגן דער אַלטער שיל און וועגן די אַנדערע חפֿצים, וואָס מע האָט אויסגעגראָבן בעת דעם בוי־פּראָיעקט.
עטלעכע אָרגאַניזאַציעס, וואָס באַמיִען זיך אויפֿצוהאַלטן די קולטור־ירושה פֿון פֿאַרשידענע גרופּעס, האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט צום בויען דעם האָטעל, ווײַל זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז בעתן בוי־פּראָיעקט וועט מען פֿאַרלירן פֿאַרשידענע אַרכעאָלאָגישע חפֿצים. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט די האָטעל־פֿאַרוואַלטונג צוגעזאָגט אײַנצוגלידערן די פֿאַרצײַטיקע אַנטדעקונגען, אַרײַנגערעכנט אַ מיקווה פֿונעם 15טן יאָרהונדערט, אין דער אַרכיטעקטור פֿונעם נײַעם בנין.
שלמה אמר, אַ געוועזענער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ פֿון ישׂראל, האָט הײַיאָר באַזוכט דעם האָטעל און דאָס אָרט פֿון די חורבֿות. לויט אַ באַריכט אין דער שפּאַנישער צײַטונג, La Opinion de Murcia, האָט דער רבֿ פֿאָרגעלייגט, אַז דאָס אָרט זאָל באַצייכנט ווערן ווי אַ מקום, וווּ ייִדן פֿון איבער דער וועלט וואָלטן געקענט קומען אויף קבֿר־אָבֿות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.