ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris


פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published December 13, 2013, issue of January 03, 2014.

אין פֿראַנקרײַך האָבן זיך גרופּירט פֿינף ייִדישע געזעלשאַפֿטן און געפֿורעמט אַ קאָלעקטיוו, כּדי דורכצופֿירן גאָר אַ וויכטיקן פּראָיעקט: פֿאַרשרײַבן די פּורים־שפּיל אין „אונעסקאָס“ בכּבֿודיקער רשימה פֿון דער נישט־מאַטעריאַלער קולטור־ירושה. די רשימה נעמט אַרײַן כּל־המינים ריטואַלן און מינהגים פֿון אומעטום אַרום דער וועלט אין גאָר פֿאַרשיידענע געביטן: ספּאָרט, מוזיק, רעליגיע, קענטשאַפֿטן פֿון בעלי־מלאכות, בעל־פּה טראַדיציעס און נאָך אַנדערע זאַכן.

די קאָנווענץ וואָס דעפֿינירט וואָס עס מיינט אַ נישט־מאַטעריאַלע קולטור־ירושה, עקזיסטירט בסך־הכּל 10 יאָר, דאָס הייסט, זינט 2003. צו זײַן פֿאַרשריבן אויף דער רשימה קען האָבן אַ גרויסע השפּעה בײַם באַקומען פֿינאַנציעלע הילף, און בכלל אַן עפֿנטעלכע אונטערשטיצונג, נישט נאָר פֿון „אונעסקאָ‟ נאָר אויך פֿון מלוכה־אינסטיטוציעס און אפֿשר אויך פֿון פּריוואַטע מעצענאַטן. וועט איר מן־הסתּם זאָגן, אַז עס וואָלט געווען אַ גלענצענדיקער געדאַנק צו לאָזן פֿאַרשרײַבן ייִדיש אויף דער רשימה — פֿאַר וואָס זאָל מען זיך באַגרענעצן נאָר אויף איין דערשײַנונג פֿון דער רײַכער ייִדישער קולטור? קען מען אָבער לויט דער קאָנווענץ נישט פֿאַרשרײַבן קיין שפּראַך אויף דער רשימה.

האָט דער קאָלעקטיוו פֿון די ייִדישע געזעלשאַפֿטן באַשלאָסן אויסצוקלײַבן די פּורים־שפּיל עס זאָל רעפּרעזענטירן אויך די ייִדישע שפּראַך און איר קולטור. אויב מע וועט טאַקע באַווײַזן צו פּועלן בײַ „אונעסקאָ‟, זיי זאָלן צוגעבן די פּורים־שפּיל צו זייער רשימה, וועט מען שפּעטער דורך דעם אויך מן־הסתּם קענען באַקומען אונטערשטיצונג פֿאַר ייִדיש בכלל.

דער קאָלעקטיוו באַשטייט פֿון די ווײַטערדיקע געזעלשאַפֿטן:

‏• AACCE, די געזעלשאַפֿט פֿון פֿרײַנד פֿון דער צענטראַלער קינדער־קאָמיסיע. ס’איז אַ וועלטלעכע פּראָגרעסיווע געזעלשאַפֿט, וואָס פֿאַרנעמט זיך, געוויינטלעך, מיט דער ירושה פֿון דער קינדער־קאָמיסיע, וואָס האָט געזאָרגט פֿאַר ייִדישע קינדער נאָך דער מלחמה און במשך פון 40 יאָר נאָך דעם ביז 1988. (www.aacce.org)

• דער „מעדעם־צענטער‟ — אַרבעטער־רינג, וואָס זענען די הײַנטצײַטיקע יורשים פֿון „בונד‟ אין פֿראַנקרײַך און פֿאַרנעמען זיך נאָך אַלץ אי מיט ייִדישער קולטור, אי מיט אַנדערע קולטורעלע און פּאָליטישע אַקטיוויטעטן, וואָס זענען סאָציאַליסטיש און בכלל לינק-געשטימט.

‏(www.centre-medem.org)

• דער „בערנאַרד־לאַזאַר קרײַז‟, וואָס איז אַ ציוניסטישע לינק־געשטימטע אָרגאַניזאַציע, וואָס באַקעמפֿט ראַסיזם און אַנטיסעמיטיזם.

‏(www.bernardlazare.org)

• דער פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע געזאַלשאַפֿטן אין פֿראַנקרײַך, וואָס נעמט צונויף די אַקטיוויטעטן פֿון ייִדישע וועלטלעכע אָרגאַניזאַציעס זינט די 20ער יאָרן פֿון 20סטן י”ה.

‏(www.farband.org)

• און דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער־מעדעם־ביבליאָטעק, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פֿאַרשפּרייטן און לערנען ייִדיש.

‏(yiddishweb.com)

ס’איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז אַלע פֿינף געזעלשאַפֿטן זענען וועלטלעכע, און פֿאָרט האָבן זיי אויסגעקליבן דעם מינהג „פּורים־שפּיל‟, וואָס איז אַ טייל פֿון טראַדיציאָנעלער פֿרומער ייִדישקייט. נאָר זיי האָבן אַוודאי געזען, אַז ווען ס‘קומט צו ייִדישער קולטור איז נישט אַלע מאָל אַזוי פּשוט צו צעשיידן די וועלטלעכע און די טראַדיציאָנעלע ספֿערעס; זיי זענען צונויפֿגעפֿלאָכטן און באַרײַכערן זיך קעגנזײַטיק.

דאָנערשטיק האָט דער קאָלעקטיוו אָרגאַניזירט אַ פֿײַערלעכן שטיץ־אָוונט אינעם פּאַריזער ראָטהויז. אַ גרויסער עולם איז אָנגעקומען צו ווײַזן זייער שטיצונג פֿונעם פּראָיעקט, און ס’איז געווען אַ מחיה צו הערן ייִדיש אין די שיינע זאַלן פֿונעם וועלט־באַרימטן בנין. יצחק ניבאָרסקי האָט גערעדט וועגן דער ראָלע פֿון דער ייִדישע שפּראַך אין דער ייִדישער קולטור און געשיכטע; זשאַן באַומגאַרטן האָט גערעדט וועגן דער געשיכטע פֿון „פּורים־שפּיל‟ און מישעל טאַובער האָט דערציילט וועגן אַ מאָדערנער פּורים־שפּיל. צום סוף, האָט געזונגען שוראַ ליפּאָווסקי, באַגלייט דורך אירע מוזיקער.

אויפֿן וועבזײַטל פֿון „אונעסקאָ‟ קענט איר געפֿינען אַ פּרטימדיקע דערקלערונג וועגן וואָס עס מיינט גענוי אַ נישט־מאַטעריעלע קולטור־ירושה:

//www.unesco.org/culture/ich/index.php?lg=en&pg=00003

ס’איז בכלל זייער אינטערעסאַנט צו קוקן אויפֿן וועבזײַטל. איר וועט דאָרטן אויך קענען זען ליסטעס פֿון די זאַכן, וואָס „אונעסקאָ‟ האָט שוין אָנערקענט ווי אַ נישט־מאַטעריעלע קולטור־ירושה, לייענען טעקסטן און זען פֿילמען מיט דערקלערונגען וועגן יעדן פֿענאָמען.

אויפֿן וועבזײַטל פֿון פּראָיעקט גופֿא קענט איר אויספֿילן אַ פֿאָרמולאַר אים צו שטיצן. ס’איז גאָר וויכטיק צו האָבן וואָס מער אונטערשריפֿטן, מע זאָל זען, אַז עס גייט די מענטשן אָן. צום באַדויערן, עקזיסטירט דער פֿאָרמולאַר דערווײַל נאָר אויף פֿראַנצייזיש, אָבער דאַכט זיך, אַז מע קען פֿאָרט גוט פֿאַרשטיין ווי עס אויסצופילן אַפֿילו אויב מע לייענט נישט די שפּראַך:

//www.pourimshpilunesco.eu/formunesco3.php


די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.