ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין ווין

Yiddish Conference in Vienna


פֿון שׂרה קיריטעסקו

Published December 17, 2013, issue of January 03, 2014.

פֿונעם 11טן ביזן 13טן דעצעמבער איז פֿאָרגעקומען אַ גרױסע קאָנפֿערענץ אינעם װינער אוניװערסיטעט אויף דער אַלגעמיינער טעמע „װין, װי אַ צענטער פֿון דער ייִדישער [טאַקע ייִדיש, ניט „דזשויִש‟!] קולטור“‟. די פּראָפֿעסאָרן אַרמין אײַדהער (זאַלצבורגער אוניװערסיטעט) און גערהאַרט לאַנגער (אוניװערסיטעט אין װין) האָבן אָנגעפֿירט מיט דער קאָנפֿערענץ. דער עיקר, האָבן גערעדט פֿאָרשער פֿון װין און זאַלצבורג, אָבער זייערע רעפֿעראַטן האָבן אָפּגעהאַלטן אױך די װיסנשאַפֿטלער פֿון דײַטשלאַנד, שװײץ און רומעניע.

די קאָנפֿערענץ האָט צוגעצױגן אַרום 40 צוהערער, אַרײַנגערעכנט עטלעכע יונגע סטודענטן און פֿאָרשער. דער קלײנער צימער אינעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע שטודיעס איז געװען געפּאַקט. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער אינטערעס צו ייִדיש אין עסטרײַך איז ניט קײן קלײנער. אױך די אָװנט־פּראָגראַם אין אַ קלײנעם װינער טעאַטער האָט צוגעצױגן אַ גרױסן עולם. עס האָט געלײענט (אױף ענגליש, נעבעך) הײזל קאַר פֿון איר מאַמעס זכרונות. איר משפּחה איז זײער באַקאַנט: איר טאַטע איז געװען מאָריס קאַר, אסתּר קרײַטמאַנס זון, און איר מאַמע איז געװען לאָלאַ קאַר (געבױרן פֿוקס), די טאָכטער פֿון אַבֿרהם־משה פֿוקס. צום סוף, האָט אַ קאַבאַרעט פֿאָרגעשטעלט עטלעכע אַלטע װינער פּיעסעס, װאָס שעפּן אַ סך פֿונעם ייִדישן הומאָר, און אױף אַזאַ אופֿן נאָך אַ מאָל געװיזן, װי אַזױ די װינער קולטור פֿון אַרום 1900 איז געווען פֿאַרבונדן מיט ייִדישקײט.

ניט אַלע רעפֿעראַטן האָבן געהאַט אַ שײַכות צו װין ממש, נאָר צו דער אַמאָליקער עסטרײַכישער טעריטאָריע, װאָס האָט אויך אַרײַנגענומען גאַליציע און בוקאָװינע. עטלעכע פֿון די רעפֿעראַטן האָבן פֿאָרגעשטעלט פּראָיעקטן, װאָס די פֿאָרשער װעלן אַרבעטן אױף זײ אין די קומענדיקע יאָרן. פּראָפֿ׳ קאַטאַרטשינאַ היבעל (װין) װעט פֿאָרשן די לינגװיסטישע אידענטיטעט פֿון גאַליציש־ייִדישע שרײַבערינס אינעם 20סטן יאָרהונדערט, װאָס זײ האָבן געשריבן אױף כּלערלײ לשונות: ייִדיש, העברעיִש, דײַטש און פּױליש. ד״ר סאָלאָמאָן (יאַש) װעט פֿאָרשן, װי אַזױ מע שרײַבט אין דער ליטעראַטור װעגן דעם חורבן אין טראַנסניסטריע, און צוליב דעם אױך אַנאַליזירן די טעקסטן פֿונעם ייִדישן שרײַבער אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט און דעם דײַטשישן שרײַבער עדגאַר הילזענראַט.

פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן אױך גערעדט גראַדויִר־סטודענטן װעגן זײערע קלענערע פּראָיעקטן. זײ האָבן פֿאָרגעשטעלט זײער פֿאָרשונג װעגן באַקאַנטע ייִדישע מחברים, װי איציק מאַנגער, בעלאַ שאַגאַל און מלכּה לי, און אױך װעגן דער השפּעה פֿון קלאַסישע ייִדישע טעקסטן אױף דער איצטיקער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. די פּראָפֿעסאָרן האָבן געשעפּט נחת פֿון דעם, װאָס אַזױ פֿיל יונגע מענטשן פֿאָרשן ייִדישע טעמעס. אין דער צײַטשריפֿט „חילופֿים‟, נומער 15, װאָס איז אַרױס אין 2013 און גיט זיך אָפּ נאָר מיט ייִדישע טעמעס, קען מען לײענען װעגן די פּראָיעקטן פֿון די יונגע פֿאָרשער אין זאַלצבורג.

עס איז געװאָרן קלאָר, אַז אײן ציל פֿון די ייִדישיסטן אין דער דײַטש־רעדנדיקער אײראָפּע איז צו שאַפֿן אַ יסוד פֿאַר דער אינסטיטוציאָנעלער אַרבעט מיט ייִדיש. צוליב דעם אַרבעטן די פֿאָרשער פֿון זאַלצבורג אױף אַ װערטערבוך פֿונעם „עסטרײַכישן‟ ייִדיש, פֿון גאַליציע און בוקאָװינע. זײ פּלאַנירן עס צו טאָן דעסקריפּטיװ — ניט אַרײַנצונעמען װאָס מער װערטער, נאָר צוגעבן אַ סך אינפֿאָרמאַציע צו יעדן װאָרט: אַ רשימה פֿון סינאָנימען, אידיאָמען און ציטאַטן פֿון דער ליטעראַטור. מסתּמא, װעט דאָס זײַן דער ערשטער דײַטש־ייִדישער װערטערבוך װאָס טױג… די פֿאָרשער פֿון באַזעל אַרבעטן אױף אַ ייִדיש לערנביכל, װאָס זאָל אױך װערן אַ סטאַנדאַרט פֿאַר ייִדיש־לערנער און לערער אין די דײַטש־רעדנדיקע לענדער (כאָטש אין װין אַלײן איז נאָר מיט 10 יאָר צוריק אַרױס אַ ייִדיש לערנביכל פֿון יעקבֿ אַלערהאַנט, װאָס איז שױן מער ניט צו באַקומען.)

דער װיכטיקסטער טײל פֿון דעם פּלאַן איז צו שאַפֿן אַ גרופּע פֿון ייִדיש־פֿאָרשער, און טאַקע צו שאַפֿן אַ פּראָפֿעסור פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור אינעם װינער אוניװערסיטעט, װאָס זאָל, סוף־כּל־סוף, אױך צוציִען נײַע סטודענטן. אָבער, װי געװײנטלעך, איז די פּראָבלעם, אַז מע דאַרף פֿריִער געפֿינען געלט פֿאַרן עולמות־פֿאָנד.

בדרך־כּלל, האָט די קאָנפֿערענץ געמאַכט דעם אײַנדרוק, אַז דער מצבֿ פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג אין אײראָפּע איז אַ גוטער, און די אַלע פּלענער לאָזן האָפֿן, אַז דער קיום פֿון ייִדיש אין די אײראָפּעיִשע אוניװערסיטעטן װעט אױך זײַן נישקשה. אָבער ס’איז טאַקע אַ שאָד, װאָס מען האָט בשעת יענע דרײַ טעג כּמעט ניט געהערט קײן אײן ייִדיש װאָרט אין די רעפֿעראַטן אָדער צװישן די אָנטײלנעמער, און כּמעט ניט געזען קײן ייִדישע אותיות (די פּראָגראַם איז אַרױס אין גאַנצן אױף דײַטש). מסתּמא, װאָלט געהאָלפֿן צו פֿאַרשטאַרקן דעם מעמד פֿון ייִדיש און צו דעמאָנסטרירן די װיכטיקײט פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, װען די פֿאָרשער װאָלטן אַלײן געװיזן, אַז ייִדיש לעבט טאַקע און איז ניט סתּם אַן אָביעקט פֿאַר אַקאַדעמיקער. ‏