ייִדישע טײַטשן און איבערטײַטשן

Translating and Interpreting Yiddish

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published December 17, 2013, issue of January 03, 2014.

דער ענין פֿון איבערזעצונג, װי אַ כּלי פֿון צװישן־קולטורעלער פֿאַרמיטלונג, פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין די הײַנטיקע ליטעראַרישע פֿאָרשונגען, בפֿרט בײַ דעם ייִנגערן דור. מען קאָן שױן רעדן װעגן נײַע פֿאָרשערישע שיטות, װאָס גיבן זיך אָפּ ספּעציעל מיט דער דאָזיקער טעמע. אײן שיטה װערט פֿאָרגעשטעלט אינעם „צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור־געשיכטע‟ בײַם זאַלצבורגער אוניװערסיטעט אין עסטרײַך. דער נײַער (15/2013) נומער פֿונעם אַקאַדעמישן זשורנאַל „חילופֿים‟ שטעלט פֿאָר אַ גאַנצע גרופּע יונגע פֿאָרשער, װאָס זייערע פּראָיעקטן באַרירן אַזױ אָדער אַנדערש די פּראָבלעמען פֿון איבערזעצונג פֿון און אױף ייִדיש.

אין זײַן הקדמה צו דעם נומער באַטאָנט דער רעדאַקטאָר, פּראָפֿעסאָר אַרמין אײַדהער, אַז דער ענין פֿון קולטורעלן אױסטױש דורך איבערזעצונג און איבערטײַטשונג, איז דװקא די צענטראַלע טעמע פֿון דער גאַנצער קולטור־געשיכטע — אי דער ייִדישער, אי דער אַלגעמײנער. און דערפֿאַר, טענהט ער, פֿאַרמאָגן די דאָזיקע פֿאָרשונגען אַ „פּאַראַדיגמאַטישע באַדײַטונג, אַפֿילו װען זײ באַהאַנדלען די ענינים, װאָס זײַנען עד־היום קױם באַרירט געװאָרן.‟ אין זײַן אײגענעם בײַטראָג אינעם נומער באַרירט ער די ברײטע פּראָבלעמאַטיק פֿון איבערזעצן שלום־עליכמס װערק אױפֿן סמך פֿון פֿאַרשידענע מוסטערן.

טאַניאַ קאַרלסבעק און אַנאַ װיסהױ פֿאָרשן די געשיכטע פֿון דער פֿרײַנדשאַפֿט צװישן איציק מאַנגער און אַלפֿרעד קיטנער, דער דײַטש־ייִדישער דיכטער פֿון טשערנאָװיץ, װעלכער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אין די לאַגערן פֿון טראַנסניסטריע און איז פאַרבליבן דערנאָך אין רומעניע. קיטנער האָט איבערגעזעצט, אָדער בעסער געזאָגט איבערגעטײַטשט, מאַנגערס צען לידער אױף דײַטש. אַזױ װי מאַנגער איז ער פֿאַרבליבן געטרײַ די טראַדיציאָנעלע פּאָעטישע פֿאָרמען מיט פֿעסטע ריטמען, גראַמען און האַרמאָנישן קלאַנג.

די פֿאָרשערינס האַלטן, אַז אַזאַ מין „אַלטמאָדישקײט‟ איז געװען אַ סימן־מובֿהק פֿון די דיכטער, װאָס האָבן געװױנט און געשאַפֿן אױף די ראַנדן פֿונעם דײַטש־שפּראַכיקן רױם, אין טשערנאָװיץ און בוקאַרעשט. קיטנער האָט פֿאַרפֿאַסט זײַנע לידער אינעם טראַדיציאָנעלן סטיל בעתן חורבן, און איז פֿאַרבליבן אים געטרײַ אױך שפּעטער. זײַן אַלטמאָדישקײט איז מסתּמא געװען אײנע פֿון די סיבות, פֿאַר װאָס מען האָט אין אים פֿאַרגעסן בעתן צונױפֿשטעלן דעם „קאַנאָן‟ פֿון דער חורבן־ליטעראַטור.

אַ סך מער איז באַרימט געוואָרן אַן אַנדער לאַנדסמאַן מאַנגערס, דער דיכטער פּאַול צעלאַן. להיפּוך צו קיטנער, האָט זיך צעלאַן אָפּגעזאָגט פֿון דער טראַדיציאָנעלער פֿאָרם, און זיך קונה־שם געװען װי אײנער פֿון די װיכטיקסטע חורבן־דיכטער אױף דײַטש. אירענע פֿוסל אַנאַליזירט דעם פֿענאָמען פֿון צעלאַנס „שפּראַך־פּלוראַליזם‟, װאָס איז כּלל אי זײַן אַקטיװע איבערזעצערישע טעטיקײט, אי די אינערלעכע פֿילשפּראַכיקײט פֿון זײַן פּאָעזיע. צעלאַן האָט איבערגעזעצט צװײ און פֿערציק דיכטער פֿון זיבן שפּראַכן, און האָט געקענט די מײַסטערװערק פֿון װעלט־ליטעראַטור אין אָריגינאַל. זײַנע באַציִונגען מיט דער דײַטשישער שפּראַך זײַנען ניט געװען קײן פּשוטע. הגם כּמעט אַלע זײַנע לירישע װערק זײַנען אָנגעשריבן אױף דײַטש, פֿאַרמאָגט זײַן דײַטשישער לעקסיקאָן, בפֿרט אין די שפּעטערע יאָרן, טיפֿע אַסאָציאַציעס מיט העברעיִשע װערטער און באַגריפֿן. צעלאַנס אַנאַליטישער צוגאַנג צו דער שפּראַך האָט אים דערמעגלעכט צו האַלטן אַ געװיסע דיסטאַנץ פֿון דײַטש, אַפֿילו װען ער האָט געשריבן אױף דער דאָזיקער שפּראַך.

װעגן פֿאַרשידענע מעטאָדאָלאָגישע צוגענג צו װערטערביכער שרײַבט מאַרקוס װײַגלײַן. אין יעדער שפּראַך־קולטור פֿאַרמאָגט דאָס װערטערבוך אַ שטאַרקן אױטאָריטעט. פֿון אײן זײַט, איז דאָס אַן אוצר פֿון דער גאַנצער שפּראַך־געשיכטע אין אַ געװיסער קולטור, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דאָס אױך אַ מכשיר פֿאַר װײַטערדיקן שאַפֿן. אין שײַכות צו ייִדיש קומט אַרויס אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגע פֿון צװעק און באַנוץ פֿון אַ װערטערבוך. צי דאַרף מען שאַפֿן אַ װערטערבוך פֿון אַ כּלל־שפּראַך אָדער פֿון אַ שפּראַך פֿון אַ געװיסער געגנט אָדער תּקופֿה? בפֿרט האַלט דער מחבר פֿאַר נייטיק צו האָבן אַ באַזונדערן װערטערבוך פֿונעם גאַליציאַנער־בוקאָװינער ייִדיש, װאָס שפּיגלט אָפּ דעם ספּעציעלן אינטערעס אין די דאָזיקע אַמאָליקע האַבסבורגער קרױן־לענדער מצד די הײַנטיקע ייִדיש־פֿאָרשער אין זאַלצבורג.

אָבער זײער פֿאָרשערישער האָריזאָנט איז ניט באַגרענעצט דורך דעם אַמאָליקן קיר״ה־מלכות. מאַרקאָ דיניטש מאַכט אַ פֿאַרגלײַכיקע שטודיע פֿון צװײ איבערזעצונגען פֿון שעקספּירס סאָנעטן אױף ייִדיש, װאָס זײַנען דערשינען אין אַמעריקע אין 1944 און 1953. ער באַהאַנדלט אױך די פֿראַגע פֿון דער איבערזעצערישער כּװנה פֿון די צװײ דיכטער, אבֿרהם אַסען און בער לאַפּין. אַסען האָט בדעה געהאַט צו געבן דעם ייִדישן לײענער דעם צוטריט צו אַלע סאָנעטן פֿון שעקספּיר אױף זײער לשון. זײַן װערק איז אַן „אַלגעמײנע פֿאָלקס־אױסגאַבע‟, האַלט דיניטש. לאַפּין, װאָס איז געװען אַ מער געניטער דיכטער, האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו שאַפֿן אַ פּאָעטישן עקװיװאַלענט פֿון שעקספּירס מײַסטערװערק אױף ייִדיש, װאָס זאָל אָפּהיטן דעם װױלקלאַנג און די שפּראַכלעכע עלעגאַנץ פֿונעם מקור.

אין דער אַנדערער פֿאַרגלײַכיקער שטודיע באַטראַכט טאַניאַ קאַרלסבעק דרײַ פֿאַרשידענע איבערזעצונגען פֿונעם באַרימטן דײַטשישן קינדער־בוך „מאַקס און מאָריץ‟. זי באַהאַנדלט אױך דעם ענין פֿון כּװנה און צװעק. די דאָזיקע איבערזעצונגען זײַנען אַרױס אין דרײַ פֿאַרשידענע לענדער און אין פֿאַרשידענע צײַטן: „נאָטל און מאָטל‟ פֿון יוסף טונקל (דער טונקעלער), װאַרשע (1928), „מאַקס און מאָריץ‟ פֿון י. קראַסניאַנסקי, כאַרקאָװ־אָדעס (1921), און „שמואל און שמערקע‟ פֿון שמואל נײַדאָרף און לאה ראָבינסאָן, ניו־יאָרק (2000). שױן פֿון די טיטלען אַליין לאָזט זיך פֿאַרשטײן, אַז יעדער איבערזעצער האָט געהאַט אַן אײגענע סטראַטעגיע, װי אַזױ און װי װײַט צו פֿאַרייִדישן דעם אָריגינאַל.

די נײַע זאַמלונג פֿון פֿאָרשערישע אַרבעטן פֿון זאַלצבורגער סטודענטן איז אַ באַװײַז, אַז ייִדיש־שטודיעס האָבן זיך שױן טיף אײַנגעװאָרצלט אין דער הײַנטיקער דײַטשישער אַקאַדעמישער קולטור. מען גרײט צו אַ נײַעם דור פֿאָרשער, װאָס האָט שױן אַן אײגן װיסנשאַפֿטלעך פּנים און אַ באַשטימטן מעטאָדאָלאָגישן צוגאַנג.