ייִדישע טעכנאָ־קונסט

Jewish Techno-Art

סינטיאַ בעט רובינס קאָמפּיוטער־פּרעזענטאַציע פֿונעם אַלטן „מאַרסייער תּנ״ך‟
Cynthia Beth Rubin
סינטיאַ בעט רובינס קאָמפּיוטער־פּרעזענטאַציע פֿונעם אַלטן „מאַרסייער תּנ״ך‟

פֿון טאַליאַ לאַווין (ייִט״אַ)

Published December 17, 2013, issue of January 03, 2014.

נורית בר־שי איז איינע פֿון די ייִדישע קינסטלערס, וואָס באַנוצן זיך מיט די מאָדערנסטע טעכנאָלאָגיעס אין זייערע ווערק. צווישן אירע לעצטע שאַפֿונגען זענען דרײַ „פּערטי־טעסלעך‟ מיט מיליאַרדן באַקטעריעס פֿונעם מין „Paenibacillus vortex‟. ווען די דאָזיקע באַקטעריעס מערן זיך, פֿאַרבינדן זיי זיך אין קאָמפּליצירטע דעליקאַטע נעצן, וואָס די קינסטלערין האָט באַפֿאַרבט מיט בלוי.

בר־שי רופֿט איר אומגעוויינטלעכע שאַפֿונג „די באַדינגלעכע אָביעקטיווקייט‟ („Objectivity [tentative]‟). זי האַלט, אַז די נאַטירלעכע כעמישע קאָמוניקאַציע־פֿאַרבינדונגען צווישן די מיקראָבן דערמאָנען די מענטשלעכע סאָציאַלע נעצן. די מיקראָסקאָפּישע באַקטעריעס אַרבעטן צוזאַמען איינע מיט דער צווייטער, שאַפֿנדיק אַ נאַטירלעך קונסט־ווערק, האָט זי דערקלערט דער ייִט״אַ. „ווען מע קוקט אויף די דאָזיקע געמעלן, ווילט זיך אַרײַנטראַכטן: ווי אַזוי בין איך פֿאַרבונדן מיט אַנדערע מענטשן אין מײַן לעבן?‟

טאַלי הינקיס, אַן אַנדער קינסטלערין פֿון תּל־אָבֿיבֿ, האָט דערקלערט, אַז ס׳איז וויכטיק אָנצוהאַלטן אַ געזונטן באַלאַנס צווישן „טעכנאָפֿיליע‟ און אַ קריטישער דיסטאַנץ פֿון טעכנאָלאָגיע. צוזאַמען מיט איר שותּף, קײַל לאַפּידוס, שאַפֿט זי קונסט־ווערק, ווי עלעקטראָניש־סינטעזירטע קלאַנגען ווערן פֿאַרבונדן מיט וויזועלע עלעמענטן, שאַפֿנדיק אַ פֿאַראייניקטן „סינעסטעטישן‟ סיגנאַל. זייער קינסטערלישער דעוט איז באַקאַנט מיטן נאָמען „LoVid‟. איינע פֿון זייערע שאַפֿונגען איז אַ סטרוקטור פֿון עלעקטרישע דראָטן און שניט־סחורה, וואָס זעט אַ ביסל אויס ווי אַ תּפֿילין. דער עלעקטרישער שטראָם אינעם דאָזיקן אָביעקט שאַפֿט פֿאַרשיידענע קלאַנגען און קאָלירן אויף אַן עקראַן.

הינקיס האָט דערקלערט, אַז מיט איר ווערק דריקט זי אויס אַ פּראָטעסט קעגן דעם געברויך־צוגאַנג צו דער טעכנאָלאָגיע. אַנשטאָט צו באַנוצן זיך מיט גרייטע עלעקטראָנישע מכשירים, וויל זי אַליין שאַפֿן עפּעס חידושדיקס. סינטיאַ בעט רובין, וועלכע פֿירט קלאַסן אינעם דיזײַן־אינסטיטוט פֿון ראָד־אײַלענד, ווײַזט אין איר אויסשטעלונג „שיכטן פֿון געשיכטע‟ („Layered Histories‟), ווי אַזוי די הײַנטיקע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס קאָנען פֿאַרוואַנדלען אַ מיטל־עלטערלעכן תּנ״ך פֿון טאָלעדאָ, שפּאַניע, אין אַן אינטעראַקטיווער היסטאָרישער מעשׂה. דער אַלטער תּנ״ך מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן בעת דעם גירוש־ספֿרד; אינעם יאָר 1894 האָט ער זיך אָפּגעזוכט אין דער מוניציפּאַלער ביבליאָטעק פֿון מאַרסיי, פֿראַנקרײַך.

רובינס נײַער פּראָיעקט, „Eden Waters‟, האָט אויך צו טאָן מיטן לעבן פֿון מיקראָ־אָרגאַניזמען פֿונעם אָזערע „אידען‟, וואָס איר נאָמען מיינט אויף ענגליש „גן־עדן‟, אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק.