דער קריסטלעכער קיום אין דעם מיטעלן-מזרח שטייט אונטער אַ גרויסן פֿראַגע-צייכן. פֿריִער, האָבן די קאָלאָניאַלע רעזשימען און דערנאָך די דיקטאַטאָרן, ווי ברוטאַל און אַכזרותדיק זיי זאָלן נישט האָבן געווען, זיך אָפֿט געזען ווי די באַשיצער פֿון די מינדערהייטן, און נישט דערלאָזט צו עקסטרעמיסטישע מעשׂים.
פֿון דעסטוועגן, האָבן די היגע מינדערהייטן קיינמאָל נישט געלעקט קיין האָניק. פֿון „ליבערטע, עגאַליטע, פֿראַטערניטע‟ (פֿרײַהייט, גלײַכקייט, ברודעלעכקייט) גייט בכלל נישט קיין רייד, אָבער דאָך, איז דער קיום געווען, ווי עס נישט איז, דערטרעגלעך. הײַנט לײַדן די קריסטן פֿון רדיפֿות איבער דעם גאַנצן ראַיאָן: אין איראַק, סיריע און לבֿנון ווערן זיי געפּלאָגט דורך די סאַלאַפֿיסטן.
אין אַ סך פֿאַלן מוזן זיי מאַכן אַ פּײַנלעכן אויסוואַל — טויט אָדער גלות. ס’רוב פֿון זיי קלײַבן אויס דעם גלות. די קריסטן פֿאַרלאָזן די צוזאַמענברעכנדיקע אַראַבישע וועלט און זוכן זיך אַ בעסערע, זיכערע צוקונפֿט. אין אַלגעמיין ווײַזט זיך אַרויס, אַז זינט דעם אויסברוך פֿון דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟ קומען אין סתּירות די באַגריפֿן פֿון „אַראַבער‟ און „קריסט‟. מיר האָבן זיך שוין צוגעוווינט צו דער נאַציאָנאַלער, פּאַן-אַראַביסטישער לערע, וואָס האָט געטראָגן די פֿאָן פֿון איין אַראַבישער נאַציע מיט פֿאַרשיידענע רעליגיעס; עס האָט זיך אונדז געדאַכט, אַז דער אַראַבישער נאַציאָנאַליזם איז אַזוי נאַטירלעך, ווי ער וואָלט באַשאַפֿן געוואָרן בײַגלײַך מיט דער וועלט, אין ששת-ימי-בראשית.
די לעצטע צײַט, ווען די מאַסקע פֿון דעם פּאַן־אַראַביזם איז אַראָפּגעריסן געוואָרן, האָט זיך באַוויזן הינטער איר אַ זקן אַ נוטה-למות, וואָס אָט־אָט הויכט ער אויס די נשמה. איצט, אַז די לערע, וואָס צווישן אירע פּרעדיקער זענען געווען נישט ווייניק קריסטן, ווערט אויסגעוועפּט, זוכן די קריסטן נײַע וועגן.
אויך דאָ, אין ישׂראל, זוכן עס די קריסטן. כּדי צו פֿאַרשטיין, וואָס זשע קומט הײַנט פֿאָר דאָ, איז כּדאַי צו האָבן אין זינען, אַז אין ישׂראל קומט ווידער צום אויסדרוק די נישט־אויסגעשפּראָכענע אַליאַנץ צווישן די מיטל-מיזרחדיקע מינאָריטעטן — ייִדן, קריסטן און דרוזן. דאָס זעלבע, אַגבֿ, קומט פֿאָר אין סיריע — די אַליאַנץ פֿון די מינאָריטעטן; אַלאַוויטן, דרוזן, שיִיִטן און קריסטן קעמפֿן קעגן די סוניטן.
די מלחמה אין אונדזער היציקן ראַיאָן האָט שטענדיק דאָס זעלבע פּנים: דער באַזיגטער ווערט געקוילעט. דעריבער איז די מלחמה אין סיריע אַזוי שרעקלעך און האָט נישט קיין סוף. דעריבער איז דער סיכסוך וואָס ווערט גערופֿן אין דער מערבֿ-וועלט „סיכסוך צווישן ישׂראלים און די פּאַלעסטינער‟, און דאָ אין ישׂראל — „סיכסוך צווישן ייִדן און אַראַבער‟ — אוממעגלעך צו לייזן, ווײַל עס איז נישטאָ קיין אָרט פֿאַר גרײַזן: איין פֿאַלשער טריט, און מע וועט באַצאָלן מיטן קאָפּ.
אײַנזעענדיק, אַז פֿון איין זײַט, איז שוין נישטאָ קיין אָרט פֿאַר זיי אין דער אַראַבישער וועלט, און אויך נישט אויף דער טעריטאָריע פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ — אין עזה-פּאַס זענען נישט געבליבן מער ווי אַ פּאָר הונדערטער, און אויפֿן מערבֿ־ברעג ווערט זייער צאָל כּסדר קלענער — און, פֿון דער צווייטער זײַט, לעבן זיי אין ישׂראל, נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן, ווי אין אַ פֿרײַער מדינה, האָבן באַשלאָסן עטלעכע קריסטן זיך צו שטעלן צום פּריזיוו, כּדי צו דערמוטיקן זייערע ברידער זיך אײַנשליסן אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט.
צה”ל, ווי באַוווּסט, איז אַ וויכטיקער קאָמפּאָנענט אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. ער ווערט אָפֿט באַטראַכט, ווי אַ שליסל אַרײַנצוגיין אין דער „ישׂראלדיקייט‟. דעריבער איז עס נישט קיין חידוש, וואָס אויכעט די קריסטן, ווי די דרוזן, מיט כּמעט זיבעציק יאָר צוריק, האָבן זיך רעקרוטירט אין די שוץ-כּוחות.
עס ווילט זיך פֿאַרענדיקן מיט די ווערטער פֿון איינעם פֿון די הויפּט-רעדערס בשעת דעם רעקרוט־פּריזיוו פֿון די קריסטן, דעם נצרתער גלח גאַבריעל נאַדאַף:
„מיט אַ וואָך צוריק איז מײַן זיבעצן־יאָריקער זון אַטאַקירט געוואָרן דורך אַ לינקן אַקטיוויסט [מסתּמא, פֿון דער “חד”ש”־פּאַרטיי — ע.ק.], וואָס האָט אים געשלאָגן מכות-רצח. מײַן זון האָט פֿאַרזינדיקט נאָר דערמיט, וואָס ער געהערט צו דער קריסטלעכער עדה, און וויל זיך רעקרוטירן אין צה”ל. [דאָס וואָרט „אַראַבער‟ ווערט נישט דערמאָנט — ע.ק.]
„אונדז איז קלאָר פֿאַרוואָס: כּדי מדינת-ישׂראל זאָל קענען עקזיסטירן ווי אַ יִידישע, דעמאָקראַטישע מדינה אין דעם פֿײַנטלעכן ראַיאָן, וווּ זי געפֿינט זיך, דאַרפֿן אַלע אונטערשטעלן אַ פּלייצע. בײַ די מינדערהייטן אין ישׂראל קומען בולט צום אויסדרוק צוויי צוגאַנגען צו דער מדינה.
„עס עקזיסטירט איין שרײַענדיקער און ברוטאַלער צוגאַנג, וועלכן עס פֿירן די נאַציאָנאַליסטישע עלעמענטן [אָט די פּאַן-אַראַביסטן — ע.ק.], וואָס ווילן זיך אָפּרײַסן פֿון דער מדינה און, צום סוף, זי בײַטן דורכן אַנטשטיין פֿון נאָך אַן אַראַבישער מדינה [ד”ה, איסלאַמיסטישע מדינה, וואָס וועט זײַן אַן אומגליק פֿאַר די קריסטן — ע.ק.]; און עס עקזיסטירט אַ פֿאַרקערטע באַוועגונג, וואָס וויל זיך אײַנגלידערן, ווערן אַן אמתער טייל פֿון דער געזעלשאַפֿט, צו זוכן דאָס פֿאַראייניקסטע און נישט דאָס אָפּגעזונדעריקסטע. אַ באַוועגונג וואָס וויל פֿאַרבינדן איר גורל מיט מדינת־ישׂראל ווי אַ ייִדישע, דעמאָקראַטישע מדינה.
„די אַנדערשקייט צווישן די צוויי ריכטונגען וואַרפֿט זיך אין די אויגן אין זייער באַציִונג צום דינסט אין צה”ל. פֿון איין זײַט, זענען דאָ די פּראָ-פּאַלעסטינישע מינדערהייטן, וואָס רײַסן זיך דעם גאָרגל, בשעת זיי שטעלן זיך קעגן דער קאָלאַבאָראַציע מיט דעם „ציוניסטישן שׂונא‟, און פֿון דער צווייטער זײַט, די פּראָ-ישׂראלדיקע מינדערהייטן, וואָס שיקן זייערע זין אין די סאַמע אויסדערוויילטע קעמפֿערדיקע איינהייטן פֿון צה”ל.
„איך גלייב, אַז דער קריסטלעכער ציבור דאַרף זיך אָנשליסן אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט; איך גלייב אין בשותּפֿותדיקן לעבן צווישן דער קריסטלעכער עדה און דעם יִידישן פֿאָלק. איך גלייב אין דעם מיטטיילן דעם גורל צווישן דער קריסטלעכער עדה און מדינת-ישׂראל. איך גלייב, אַז מיר קענען אַרײַנברענגען אַ באַדײַטנדיקן בײַטראָג פֿאַר דער מדינה. דעריבער רוף איך ,עפֿנטלעך די קריסטלעכע עדה צו רעקרוטירט זיך אין צה”ל — העלפֿט באַשיצן די מדינה.
„מײַן רוף האָט געהאַט אַ פּעולה. זינט עס איז געגרינדעט געוואָרן דער פֿאָרום פֿון דער רעקרוטירן פֿון דער קריסטלעכער עדה, האָט זיך אונדז אײַנגעגעבן, אַ דאַנק דער הילף פֿון דער באַוועגונג „אם תרצו‟ [אַ רעכט-ליניקע באַוועגונג — ע.ק.], דעם פּרעמיער-אַמט און זיכערהייט־מיניסטעריום צו פֿאַרטאָפּלען די צאָל קריסטן וואָס שטעלן זיך צום פּריזיוו.
„פֿון דעסטוועגן, האָבן די עקסטערמע, נאַציאָנאַליסטישע עלעמענטן נישט געשעפּט קיין נחת פֿון אונדזער טעטיקייט: דעם געוואַלד און העצע קעגן די קריסטן, וואָס ווילט דינען אין מיליטער, האָט געשלאָגן אַלע רעקאָרדן. זי איז פֿאַראַן אויף דער גאַס, אין „פֿייסבוק‟, אין דער אַראַבישער מעדיאַ, און אויך אין דער דערציִונג-סיסטעם. אין דער כּנסת האָט זיך געפֿונען איינעם, וואָס האָט מיך אָנגערופֿן: ׳דער שׂונא פֿון פֿאָלק׳. דאָס וואָס עס האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ שמאַטע, דורכגעווייקט מיט בלוט, וואָס מע האָט געלייגט אויף מײַן שוועל, האָט ממשיך געווען מיט אַ פֿילם אויף ׳יו־טיוב׳, וואָס שטעלט מיך פֿאָר ווי ׳אַ פֿאַררעטער, וואָס זײַן גורל איז צו נעמען זיך דאָס לעבן׳ — האָט דערגרייכט דאָס העכסטע שטאַפּל דורך אַטאַקירן מײַן זון.
מײַנע אייגענע איבערלעבונגען זענען נישט די הויפּט-זאַך. דער עיקר איז דאָס, וואָס די העצע דרינגט אַרײַן און שאַפֿט אַ נעגאַטיווע אַטמאָספֿער און איז נישט אָנגענומען פֿאַר די טויזנטער מענטשן, וואָס געהערן צו די מינדערהייטן, וועלכע בעטן זיך אָנשליסן אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט.
„ווי אַ קריסטלעכער גײַסטיקער פֿירער פֿאַרשטיי איך גאַנץ גוט, וואָס מיינט מענטשן-רעכט. דעריבער בין איך אַזוי שטאָלץ צו לעבן אין מדינת-ישׂראל.
„ביטע, שטרעקט אויך אויס אַ האַנט מיטצוטיילן איין גורל; העלפֿט אַרויס דער מינדערהייט, וואָס וויל זיך אײַנגלידערן אין דער געזעלשאַפֿט און נישט די, וואָס ווילן זיך אָפּפֿרעמדן פֿון איר.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.