דער אַרטיקל וואָלט אויך געקאָנט האָבן דעם טיטל: „די עוואַנגעליע לויט משהן‟. אין עטלעכע טעג אַרום וועלן די קאַטאָליקער פֿון דער גאַנצער וועלט פּראַווען „ניטל‟ — די חגא, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט ישוס געבוירן ווערן. די דאַטעס פֿון זײַן קומען אויף דער וועלט און זײַן אומקום אויפֿן צלם זענען גוט באַוווּסט. דאָך, וועגן זײַנע יונגע יאָרן ביז זײַן ווערן בן־שלשים ושלוש זענען פֿאַראַן בלויז היפּאָטעזן. איך מיין:
1 . ישו האָט אין די יונגע יאָרן מיט זײַן מאַמען געוואַנדערט איבער די לענדער פֿון דער דעמאָלטיקער אייראָפּע. זיי האָבן געקענט נאָר לשון־קודש. לעבנדיק צווישן די אייראָפּעיִשע פֿעלקער, האָבן זיי געמוזט אַרײַנמישן אין זייער שפּראַך פֿרעמדע ווערטער. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן שאַפֿן די ייִדישע שפּראַך.
ישו איז געווען ביז גאָר אַ טאַלאַנטירטער מענטש, באַזונדערס, צו שפּראַכן. צום ווערן 33 יאָר האָט ער שוין גערעדט זייער אַ פֿײַנעם ייִדיש, מע קאָן זאָגן, געקענט מאַמע־לשון אויפֿן „ייִוואָ‟ ניוואָ. ווען ער מיט זײַן מאַמען האָבן זיך צוריקגעקערט אין דעמאָלטיקן ישׂראל, האָבן זיי צווישן זיך גערעדט בלויז ייִדיש. ישו האָט אָרגאַניזירט אַ גרופּע פֿון 12 תּלמידים, וועלכע ער האָט געלערנט די תּורה פֿון ייִדיש. ער האָט דערקלערט זײַנע תּלמידים, אַז מיט דער מאַמען זײַנער רעדט ער מאַמע־לשון און מיטן ט אַ ט ן — לשון־קודש. אין די ישׂראלדיקע שולן, אויף די טרעפֿונגען מיטן פֿאָלק פֿלעג ער פּריידיקן זײַן נײַע לערע אויף דער נײַער שפּראַך, און די תּלמידים האָבן איבערגעזעצט פֿאַרן עולם די רייד. ער האָט געהיילט פֿאַרשיידענע קרענק אויך, רעדנדיק ייִדיש.
2 . צווישן זײַנע תּלמידים איז געווען איינער אַ טעמפּער צו שפּראַכן. ער האָט נאָר געקענט העברעיִש. דערהערנדיק עמעצן רעדן אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך, האָט ער זיך ממש „אָנגעצונדן‟, מיינענדיק, אַז מע רעדט וועגן אים, אַז מע לאַכט אים אויס. פֿלעג ער אַ שרײַ טאָן מיט כּעס: „רק העברעיִש!‟ געהייסן האָט ער יהודה איש קריות… איין מאָל האָט ישו מיט זײַנע תּלמידים דורכגעפֿירט אַ געהיימע אָוונט־זיצונג, אַ געהיימע וועטשערע, הייסט עס. גערעדט האָט מען צווישן זיך, פֿאַרשטייט זיך, ייִדיש. יהודה האָט שפּעטער וועגן דער וועטשערע צוגעטראָגן צו דער רעליגיעזער מאַכט. און ווײַל יהודה האָט כּמעט גאָרניט פֿאַרשטאַנען וועגן וואָס ס’האָט זיך גערעדט אויף דער געהיימער וועטשערע, האָט ער אָנגעשעפּטשעט, אַז ישו מיט זײַנע מענטשן פּלאַנירן אַ פֿאַרשוועכונג; אַז זיי רעדן אויף עפּעס אַ זשאַרגאָן־שפּראַך, און אַלץ מערער און מערער מענטשן נעמען זיך לערנען ישוס לשון.
3 . די פּרושים, די כּהנים האָבן זיך ניט דערשראָקן פֿאַר ישוס נײַער לערע, זיי זענען געווען זיכער אין דער פֿעסטקייט פֿון דער תּורה און פֿון דער גאַנצער ייִדישער אמונה. אָבער זיי האָבן זיך דערשראָקן פֿאַר ישוס נײַער שפּראַך, אויף וועלכער אַלץ מער און מער מענטשן, עמך, האָבן אָנגעהויבן רעדן. האָבן זיי צוגעטראָגן דעם רוימישן פּראָקוראַטאָר פּילאַטוס, אַז ישו פּלאַנירט אַ רעוואָלוציע קעגן דער ישׂראלדיקער מאַכט… ווײַטער ווייסט איר שוין אַליין. נאָר מיר דאַרפֿן זאָגן, אַז פֿאַקטיש האָט מען ישון פֿון נצרת געקרייצט פֿאַר זײַן רעדן ייִדיש, פֿאַר זײַן ווילן, אַז דאָס ישׂראלדיקע פֿאָלק זאָל זיך לערנען די נײַע ייִדישע שפּראַך! דאַנקען גאָט, אין 20סטן יאָרהונדערט וואָלט אַזוינס נישט געקאָנט פֿאָרקומען — ציוויליזאַציע בלײַבט ציוויליזאַציע!
דאָס איז מײַן אייגענע השערה, וועגן ישוס לעבן. ווײַטער אַ ביסל היסטאָריע און ליטעראַטור, וואָס וועט אפֿשר העכער באַרעכטיקן דאָס געזאָגטע. די ערשטע איבערזעצונג אויף ייִדיש פֿונעם „ברית חדשה‟ (נײַער טעסטאַמענט) האָט געמאַכט אַ פּוילישער ייִד ב. סאָלאָמאָן, אַרויסגעגעבן אין לאָנדאָן אין 1821; אין 1878-1872, אויך אין לאָנדאָן, איז אַרויס אַן איבערזעצונג פֿון „ברית חדשה‟, געמאַכט פֿון עטלעכע גאַליציאַנער ייִדן, און אין 1901 אַן אַדאָפּטירטע איבערזעצונג פֿאַר די ייִדן פֿון בעסאַראַביע און ליטע. אין 20סטן יאָרהונדערט זענען אַרויס עטלעכע נײַע איבערזעצונגען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די לעצטע איז געמאַכט געוואָרן פֿון ד״ר הענרי איינשפּרוך, אין 1959, און אַרויס אין באַלטימאָר.
מע דאַרף דערמאָנען דעם באַוווּסטן קעשענעווער רבֿ יוסף ראַבינאָוויטשן, וואָס האָט זיך געטויפֿט און געעפֿנט אין דער בעסאַראַבער שטאָט אוריִעוו אַ ייִדישן קלויסטער. סוף 19טן יאָרהונדערט איז ער געווען אין פּאַלעסטינע און שפּעטער דערציילט, אַז ער האָט געהאַט אַ זעונג; ער האָט געזען ישו, און יענער האָט אים געזאָגט אויף ייִדיש, אַז אַלע צרות בײַ די ייִדן נעמען זיך דערפֿון, וואָס זיי האָבן ניט אָנערקענט ישו פֿאַר משיחן. יוסף ראַבינאָוויטש האָט אין זײַן ייִדישן קלויסטער די גאָטסדינסט געפֿירט אויף ייִדיש.
וועגן ישון האָט אָנגעשריבן אַ ראָמאַן שלום אַש — „דער מאַן פֿון נצרת‟. בײַ דער קריסטלעכער וועלט האָט אַשס ראָמאַן ניט אַרויסגערופֿן קיין שום נעגאַטיווע עמאָציעס. דערפֿאַר אָבער זענען די ייִדישע שרײַבער גרייט געווען אים צו קרייצן פֿאַר זײַן ראָמאַן. דער בעסאַראַבער ייִדישער שרײַבער אַהרן אָקניצער (רויטמאַן) האָט אין 1937 אַרויסגעגעבן זײַן בוך לידער „עוואַנגעלישע מאָטיוון‟, וווּ ער באַשרײַבט זײַן, אָקניצערס, זעונג פֿון ישוס לעבן. לאָמיר מיר עס אָנרופֿן, „עוואַנגעליע לויט אָקניצער‟. דער ייִדישער לייענער האָט דאָס ביכעלע כּמעט נישט באַמערקט. אָבער די רומענישע קריסטלעכע מאַכט האָט אָקניצערן געשלעפּט אין געריכט אַרײַן פֿאַר, ווי מע זאָגט איצטער, „באַליידיקן די רעליגיעזע געפֿילן פֿון די קריסטן‟.
ס’האָט אים געוואַרט אַ תּפֿיסה־טערמין, נאָר דער עקספּערט אויפֿן געריכט איז געווען דער באַוווּסטער רומענישער גלח, געזעלשאַפֿטלעכער טוער, דער ערשטער איבערזעצער פֿון דער ביבל אויף רומעניש — גאַלאַ גאַלאַקטיאָן. האָט ער געזאָגט, דער גלח, אַז אָקניצער האָט ניט באַרעדט ישון, נאָר פֿאַרקערט… בקיצור, מע האָט דעם שרײַבער באַפֿרײַט… פֿרעגט זיך: ווער האָט געמסרט אָקניצערן? — ווײַזט אויס, אַ יורש פֿון יהודה…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.