מאָנטיק, דעם 16טן דעצעמבער, האָט דער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן באַשטעטיקט, אַז יעקבֿ אָסטרײַכער — אַ ניו־יאָרקער פֿרומער געשעפֿטסמאַן, וועלכער איז געווען אונטערן אַרעסט אין באָליוויע זינט 2011, האָט זיך אומגעקערט אין זײַן היימלאַנד נאַָך צוויי יאָר. די פֿרומע וועבזײַט „ישיבֿה־וועלט‟ האָט איבערגעגעבן, אויפֿן סמך פֿון אַנאָנימע קוואַלן, אַז אָסטרײַכער איז נישט באַפֿרײַט געוואָרן דורך די באָליוויער אָפֿיציעלע אינסטאַנצן, נאָר זיך געגעבן אַן עצה צו אַנטלויפֿן פֿונעם לאַנד.
אָסטרײַכערס משפּחה וווינט אין לייקוווּד, שטאַט ניו־דזשערזי. זײַן זון האָט געזאָגט אין אַ שמועס מיט אַן אָרטיקער צײַטונג, אַז במשך פֿון אַ יאָר איז זײַן טאַטע געווען אין באָליוויע פֿאַרכאַפּט און אונטער אַ היים־אַרעסט. דערנאָך האָט ער באַצאָלט אַ פּדיון און האָט זיך אומגעקערט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. נישט לאַנג צוריק, האָט די משפּחה דערהערט, אַז אָסטרײַכער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן; ערשט מיט אַ וואָך שפּעטער זענען די קרובֿים געווויר געוואָרן, אַז אים האָט זיך אײַנגעגעבן אומצוקערן אין זײַן היימלאַנד. דערווײַל האָבן זיי אָבער נאָך נישט גערעדט מיט אים און ווייסן נישט, וווּ ער איז.
אָסטרײַכער האָט פֿריִער געפֿירט אין ניו־יאָרק אַ געשעפֿט פֿון פּאָדלאָגעס. שפּעטער, האָט ער באַשלאָסן צו אינוועסטירט דאָס געלט אין די באָליוויער רײַז־פּלאַנטאַציעס. די דאָרקטיקע פּאָליציי האָט אים פֿאַרדעכטיקט אין קרימינעלע פֿינאַנציעלע אָפּעראַציעס און אײַנגעזעצט אין טורמע; אַחוץ דעם, האָט מען חודש געווען, אַז ער האָט געפֿירט געשעפֿטן מיט נאַרקאָטיק־הענדלער.
אין יולי, אָבער, האָבן די באָליוויער פּאָליציאַנטן אַרעסטירט 15 מענטשן, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל מלוכישע באַאַמטע, וועלכע ווערן איצט באַשולדיקט אינעם אָרגאַניזירן אָסטרײַכערס אַרעסט, האָפֿנדיק אים צו צווינגען צו באַצאָלן מזומן פֿאַר דער באַפֿרײַונג. נישט געקוקט אויף דעם דאָזיקן מאַסן־אַרעסט, איז דער געשעפֿטסמאַן נישט באַפֿרײַט געוואָרן. די מעשׂה האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון אַ צאָל אַמעריקאַנער געזעצגעבער, וועלכע האָבן געפֿאָדערט צו באַפֿרײַען אָסטרײַכער. די באָליוויער רעגירונג האָט נישט באַשטעטיקט די בשׂורה וועגן זײַן אומקער אַהיים און באַמערקט, אַז עס וואָלט שווער געווען פֿאַר אים דאָס צו פֿאַרווירקלעכן.
אָסטרײַכער איז אַ חרדישער ייִד, אַ טאַטע פֿון 5 קינדער. דזשראָלד נאַדלער, אַ דעמאָקראַטישער סענאַטאָר פֿון ניו־דזשערזי, האָט געזאָגט, אַז ער איז „מלא־שׂימחה‟, ווײַל דער טאַטע וועט זיך באַלד אומקערן אַהיים צו זײַן משפּחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.