נעמט זיך אין זינען דאָס בילד אין שפּיטאָל, דעם טאָג פֿון דעם אַמעריקאַנער „דאַנקטאָג‟. ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ראַנגלט זיך מיטן מלאך־המוות, זי אָטעמט שווער, זי הויכט צו ביסלעך אויס די נשמה. אַרום איר בעט — איר זון, איציק גאָטעסמאַן, מיט זײַן יראת־הכּבֿוד און געטרײַשאַפֿט צו דער מאַמען זײַן גאַנץ לעבן; בײַ דער זײַט געפֿינט זיך איציקס איבערגעגעבענע פֿרוי, נחמה און ביילעס באַליבט אייניקל אסתּרל.
צווישן זיי זעט מען איר ברודער מרדכי שעכטערס קינדער און אייניקלעך, בנימין שעכטער מיט זײַנע קינדער, די איידלמאַן־משפּחה און די ווישנאַוואַט־משפּחה; אין ביילעס צימער פּראַוועט מען איר אינטימע וועלט — ייִדיש, איר גײַסט האָט זיך נאָך אַלץ נישט אָפּגעטאָן פֿון דאַנען.
יוגנטלעכע ציצית פֿלאַטערן יעדעס מאָל אין דער טיר פֿון קראַנקן־צימער, די קאַפּעלעך אויף די קעפּ פֿון די יונגע בחורים זאָגן אָן התחײַבֿותן צו כּלל ישׂראל, און אויף דער פּאָליצע פֿון שויב שטייט אַ ריזיקע עלעקטראָנישע מאַשין פֿון וואַנען עס טראָגן זיך בעלטשעס צעזונגענע לידער, בעת זי אַליין זינגט אַרויס פֿון אוידיאָ־קאַסעטן. צי הערט זי זיי? ווער ווייסט?
דאָ אין אַמעריקע דאַרף מען זיך לערנען ווי ניפֿטר צו ווערן. אַז מען קומט אויף די מידע עלטערע יאָרן, גייט מען אויס צו ביסלעך און מ’רוט זיך אַ קאַפּיטשקע אָפּ, און אין צווישן כאַפּט מען אָפּ נאָך אַ לידל, נאָך אַ בילדל, נאָך אַ שטיקעלע זמר און מען אָטעמט אָפּ אַ שווערן זיפֿץ, און אַזוי פּאַמעלעך, פּאַוואָליע לערנט מען זיך אויס ווי צו שטאַרבן. אַ סך מאָל דאַרף מען דערויף האָרעווען, דער עיקר בײַם אַוועקגיין פֿון אַ וועלט פֿול מיט פּגימות, לייגט מען נאָך אַ לאַטע און נאָך אַ לאַטע, אויף דער פּאַרטאַטשנער עולם-הזה און מ’טראַכט, עפּעס אויפֿגעטאָן? אַ סך אויפֿגעטאָן? יענע וואָס האָבן גאָרנישט אויפֿגעטאָן זײַנען נישט מער ווי טאַנדעטנע שטאַרבערס.
די קליינע ביילטשע איז אין דער אמתן געווען אַ קאָלאָס, אַ לאָקאָמאָטיוו. איר לעבן האָט זי נישט געלאָזט רוען, די מלחמה־יאָרן, דער פֿאַראַט פֿון פֿאָטערלאַנד אין רומעניע, קיין מאָל נישט פֿאַרמאָגט קיין סאָלידע באַזע, קינדער — אָנגעוווירן, פֿלעגט זי אונטערשטופּן דאָס לעבן:
„נו, ריר זיך שוין, דו פֿוילע קאַץ, איז וואָס, אַז איך לעב שוין אויפֿן חשבון פֿון מײַנע אַריכת־ימים. וואָס בין איך עפּעס, אַ יחסנטע מיט הויכע סטאַנדאַרטן? נישט בײַ מאָטיען.‟
פֿלעגט זי זיצן אויף איר גאַניקל אין גאָרטן און מאָלן פֿאַרבענקטע לאַנדשאַפֿטן, פּאָרטרעטן, באַוווּנדערט די אומענדלעכע שיינקייט פֿון דער נאַטור, דיכטונג, מוזיק און די קינסטלערישע מעגלעכקייטן.
מיט כּמה־וכּמה יאָרן צוריק האָבן מיר צוזאַמען אָנגעשריבן אַ קינדער־אָפּערעטע, געהייסן האָט זי „אַלף אַבֿרהמל‟, און עס אויפֿגעפֿירט אין שלום־עליכם שול 21, ווען די ייִדישע שול איז נאָך געשטאַנען אין פֿולן צוויט. איז זי פֿאַרבליבן נישט מער ווי אין ביידנס זכּרון.
און כאָטש מיר זײַנען געווען גערוקט מיט אַ שפּאָר ביסל יאָרן, בין איך און בעלטשע געווען און פֿאַרבליבן נאָענטע פֿרײַנדינעס. מיר האָבן זיך געסודט צוזאַמען, גערעדט, באַרעדט און געפּראַוועט רכילות צוזאַמען, ווי עס פֿירט זיך אין אַ געזונטער פֿרײַנדשאַפֿט. ערשט מיט צוויי־דרײַ וואָכן צוריק האָבן מיר פֿאַרברענגט ביידע אין אַ קאַפֿע־הויז צוזאַמען. זי פֿול מיט פּלענער, איך פֿול מיט באַוווּנדערונג. זי האָט זיך געקלאָגט וועגן די ווייטיקן וואָס דאָקוטשען זי, און דעם ברויז פֿון ווערטער, וואָס ווערן אַנטרונען אין איר קאַפּריזנעם זכּרון.
פֿאַראַן מענטשן וואָס ווערן געבוירן אַלט. איך ווייס, איך בין אַמאָל געווען אַ ייִדישע קינדערגאָרטן־לערערין. געזען קליינוואַרג, וואָס די זיקנה האָט זיך אָנגעזען אויף זייערע פּנימער. זיי האָבן אָפֿט געקרעכצט, געווען אומצופֿרידן, זיך געקלאָגט און געקנייטשט אָפֿט דעם שטערן, בשעת אַנדערע זײַנען געווען פֿריילעכע קונדיסים.
בעלטשע איז געבוירן געוואָרן יונג און קיין מאָל נישט אַרויסגעוואַקסן פֿון איר יונגשאַפֿט. זי איז געווען ייִנגער פֿון איר מאַמע ליפֿשע, וועלכע האָט זי אַלעמאָל געהאַלטן פֿאַר אַ קינד, צוליב אירע לידעלעך, בילדעלעך, און איר מקום־מקלט אין זיך אַליין. ליפֿשע האָט פֿאַרמאָגט אַן אײַזערנעם זכּרון; זי האָט געדענקט פֿון אויסנווייניק, וואָס אירע עלטער־באָבעס האָבן געזונגען פֿאַרצײַטנס, און אָנגעפֿילט דאָס הויז מיט די זיסע טענער פֿון איר שטעטעלע זוויניעטשקע. זי איז געווען אַ ייִדענע אַ ברען, געפֿירט געשעפֿטן, זיך אויסגעקענט זיך אויף מענטשן, געווען אויסגערעכנט און געפֿירט באַלעבאַטישקייט.
בעלטשע איז געווען ייִנגער אַפֿילו פֿון אירע קינדער און אייניקלעך. איר האָט נישט אינטערעסירט די באַלעבאַטישקייט, געלט, זײַן אָפּהענגיק אין עמעצן. זי האָט עקזיסטירט עקסקלוסיוו אין דער וועלט פֿון איר שאַפֿונג. נישט נאָר האָט זי זיך געזען אין אַ וועסנע־בוים, זי איז אַליין געווען דער וועסנע־בוים, וואָס האָט געבליט לעבן איר פֿענצטער. זי האָט זיך געזען אינעם אָסיען־בוים, וועלכער האָט גענומען אָנווערן זײַנע האַרבסטיקע בלעטער. זי האָט אַרומגעפֿלאַטערט אַרום איר צעזונגענער לאַנדשאַפֿט, און געמאָלן די טונקעלע שאָטנס אין איר געמיט. ווי אַ יוצא־דופֿן, האָט בעלטשע פֿאַרמאָגט זינגעוודיקע פֿינגער, וואָס האָבן אַרומגעבלאָנדזשעט צווישן לירישע טענער און קינסטלערישע אימאַזשן.
אירע פֿאַרהערער האָבן איר אַנטקעגן געטראָגן ענטוזיאַזם, אַנערקענונג און ליבשאַפֿט.
זי איז אַלעמאָל געווען גרייט איבערצוּוואַרטן איר איינזאַמקייט, אין איר פֿאַרגעסנקייט איז זי אַלעמאָל געווען גרייט צו באַגלייטן עס מיט אַ טיאָכקע אין האַרצן: „זאָלסט אַזוי לעבן, כ’האָב שוין ווידער פֿאַרגעסן.‟
איך פֿאַרמאָג צוויי פֿון אירע זעלבסט־פּאָרטרעטן — איינער אַ גראָטעסקער, מיט אַ שטומען אומגליק אויף די ליפּן, און דער צווייטער — אַ שפּיגל אָפּבילד פֿון זיך. אָט אויף איר שפּילעוודיקער מעלאַנכאָליע האָט זי געבויט איר פּאָעטישן בנין מיט אַ יוגנט־קראַפֿט, וואָס האָט פֿאַרזיגלט איר גורל אין לעבן.
און צום סוף איז ביילטשע איבערגעקומען איר האַרבסט. אָפּגעיומטובֿעט איר טאָג־טעגלעכקייט. אַ געזעגנטע האָט זי זוכה געווען, נאָך בײַם לעבן, כּבֿוד בײַ אירע קינדער, משפּחה, פֿאַרהערער און גוטע פֿרײַנט. זי איז מיר אַ שאָד מיט איר אַוועקגיין. זי וועט מיר שטאַרק אויספֿעלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.