דער רעפּרעזענטאַטיווער ראָט פֿון די ייִדישע אינסטיטוציעס אין פֿראַנקרײַך, וואָס איז בעסער באַקאַנט ווי דער „קריף‟ (CRIF), פּראַוועט זײַן 70סטן יובֿל.
מאָנטיק, דעם 16טן דעצעמבער, האָט דער פֿראַנצייזישער פּרעזידענט פֿראַנסואַ האָלאָנד פֿאַרבעטן אַ סך מכובדים פֿון דער ייִדישער קהילה, רעליגיעזע פּערזענלעכקייטן, פּאָליטיקער און מיטגלידער פֿון דער פֿראַנצייזישער רעגירונג צום עליזע־פּאַלאַץ צו פֿאַרצייכענען דעם יובֿל.
דער „קריף‟ נעמט אַרײַן אַרום 60 ייִדישע אָרגאַניזאַציעס — צום טייל, פֿון זייער פֿאַרשיידענע פּאָליטישע און רעליגיעזע שטעלונגען. זײַן ציל איז צו רעפּרעזענטירן די ייִדישע קהילה פֿאַר די מלוכישע אינסטאַנצן און צו פֿיגורירן ווי אַ מין לאָבי, וואָס זאָל פֿאַרטיידיקן די אינטערעסן פֿון דער קהילה.
דער „קריף‟ איז געגרינדט געוואָרן אין 1944 ווי דער יורש פֿונעם אַלגעמיינעם קאָמיטעט פֿאַר ייִדישער פֿאַרטיידיקונג, אַן אונטערערדישע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט זיך באַמיט צו ראַטעווען ייִדן אינעם אָקופּירטן פֿראַנקרײַך בשעת דער מלחמה.
צו דער צײַט האָבן אינעם קאָמיטעט געאַרבעט אַ סך וועלטלעכע פּאָליטישע טענדענצן ווי די בונדיסטן, קאָמוניסטן און ציוניסטן, צוזאַמען מיטן ”קאָנסיסטואַר“, וואָס איז די אָפֿיציעלע רעליגיעזע אינסטאַנץ פֿון די פֿראַנצייזישע ייִדן זינט נאַפּאָלעאָנס צײַטן. נאָך דער מלחמה האָבן זיי זיך צוגעשלאָסן צו אַזעלכע אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס ווי דער ייִדישער וועלט־קאָנגרעס און דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט.
כאָטש אַ סך אָרגאַניזאַציס זענען אַ טייל פֿון „קריף‟, זײַנען אויך דאָ אַנדערע, וואָס האָבן באַשלאָסן נישט אַרײַנצוגיין אינעם ראָט, צוליב פֿאַרשיינענע סיבות. דער „קריף‟ איז פֿאָרט אַ פּאָליטישע אינסטאַנץ און ווי אַזאַ פֿאָרמולירט זי אַלע מאָל אַ קלאָרע מיינונג אין פּאָליטישע ענינים. דער ראָט איז, למשל, ציוניסטיש געשטימט און שטיצט אַלע מאָל די ישׂראלדיקע פּאָליטיק; און נישט זעלטן קריטיקירט ער גאָר שטאַרק פֿאַרשיידענע פּאָליטישע פּאַרטייען אין פֿראַנקרײַך — אי לינקע, אי רעכטע, אויב ער איז נישט צופֿרידן מיט זייער פּאָליטיק, דער עיקר, וואָס שײַך ישׂראל. אַזוי אַרום, אַז אָרגאַניזאַציעס וואָס ווילן נישט זײַן פּאָליטיש אידענטיפֿיצירט, אָדער אַזעלכע וואָס זענען נישט מסכּים מיט דער פּאָליטיק פֿון „קריף‟, זענען נישט אַרײַן אין ראָט. זינט 2004 איז דער ”קאָנסיסטואַר“ נישט מער אַ מיטגליד אינעם ראָט, און זינט 2009 איז דער ייִדישער פֿאַראיין פֿאַר ווידערשטאַנד און הילף (UJRE) אויך אַרויס פֿון ראָט. דאָס איז אַ סימן, אַז דער ראָט ווערט מיט דער צײַט אַלץ ווינציקער און ווינציקער אַרומנעמיק, און וואָס אַ מאָל מער ראַדיקאַל אין די אויגן פֿון די מער נייטראַלע אָרגאַניזאַציעס.
אָבער פֿאָרט בלײַבט דער ראָט זייער וויכטיק און צענטראַל אין פֿראַנקרײַך און ווערט אויך אַזוי באַהאַנדלט דורך דער פֿראַנצייזישע מלוכה. דער 60סטער יובֿל איז אויך געפּראַוועט געוואָרן אינעם עליזע — דעמאָלט איז זשאַק שיראַק געווען דער פֿראַנצייזישער פּרעזידענט. און ווען פֿראַנסואַ האָלאָנד איז געפֿאָרן קיין ישׂראל און פּאַלעסטינע מיט אַ חודש צוריק, האָט אים ראָזשער קוקיערמאַן (Roger Cukierman), דער פּרעזידענט פֿון „קריף‟, באַגלייט ווי איינער פֿון די דעלעגאַטן פֿון דער ייִדישער קהילה.
חנוכּה־צײַט איז אַלע מאָל די צײַט פֿון צדקה בײַ ייִדן. אין פֿראַנקרײַך האָט מען פֿאַרברייטערט דעם שיינעם מינהג און געשאַפֿן אַ יערלעכע צדקה־קאַמפּאַניע פֿון אַ גאַנצן חודש. הײַיאָר האָט די קאַמפּאַניע געדויערט פֿונעם 15טן נאָוועמבער ביזן 15טן דעצעמבער. דאָס געלט וואָס מע זאַמלט, העלפֿן אַ סך וויכטיקע פּראָיעקטן: שטיצן אָרעמע משפּחות, פֿינאַנצירן דערציִונג־אינסטיטוציעס צי היימען פֿאַר עלטערע מענטשן, העלפֿן אינוואַלידן אָדער קראַנקע און נאָך אַ סך אַנדערע זאַכן. בסך־הכּל ווערן געהאָלפֿן אַרום 200 טויזנט מענטשן דורך 250 פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען אָדער געזעלשאַפֿטן און 14 מעדיצינישע אינסטיטוציעס, וואָס דער צדקה־פּראָיעקט האָט געגרינדעט אָדער שטיצט אונטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.