דעם מענטשנס געפֿילן זײַנען אַ סך אינטערעסאַנטער פֿון זײַנע געדאַנקען.
ק. רײַקין
לינגװיסטיק איז אַ קאַפּריזנע דאַמע, און די ייִדישע לינגװיסטיק — באַזונדער. ס’איז דען אַ חידוש, װען איר האָט צו טאָן מיט אײַנפֿלוסן פֿון דער גערמאַנישער, סעמיטישער, סלאַװישער, ראָמאַנישער און טערקישער שפּראַך־גרופּעס? צוזאַמען מיט די װערטער דרינגען אַרײַן אין דער שפּראַך אױך די עלעמענטן פֿון אַן אַנדער קולטור. איר געדענקט, מסתּמא, דעם אַלטן ייִדישן אַנעקדאָט װעגן אַ רבי, װעלכער דערקלערט זײַנע תּלמידים, װי מאָדנע איז די רוסישע שפּראַך: „גיט אַ קוק, קינדער, װי פֿאַרדרײט איז די גױיִשע שפּראַך. למשל, ׳נאַסטיע׳ איז אַ נאָמען פֿון אַ שיקסע, און ׳ניענאַסטיע׳ איז אַ שלעכטער װעטער‟.
אָט דער דאָזיקער „ניט‟ אָדער „אומ־‟ אױף ייִדיש, האָט מיך זײער דערפֿרײט, װען איך האָב אָנגעהויבן לײענען די מדרש־מעשׂהלעך פֿונעם ספֿר „בראשית רבה‟, און באַזונדער, דאָס מעשׂהלע „די באַשאַפֿונג פֿון חוה‟. אינטערעסאַנט אין דעם מעשׂהלע איז די שיטה, דער צוגאַנג פֿונעם אײבערשטן בײַם אױסקלײַבן דעם טײל פֿון אָדמס קערפּער, פֿון װעלכן ער זאָל באַשאַפֿט די פֿרױ. און דער אײבערשטער האָט געזאָגט: „איך װעל זי ניט באַשאַפֿן פֿון זײַן קאָפּ, כּדי זי זאָל זיך ניט האַלטן גרױס.‟
איר האָט שױן דערפֿילט, מײַנע טײַערע לײענער, אַ מין מאָדנעם צוגאַנג. דער אײבערשטער גרײט זיך צו באַשאַפֿט, נאָר ער הײבט אָן מיט אַ פֿאָרזיכטיקן „ניט באַשאַפֿן‟. דער אײבערשטער הײבט אָן פֿון אָדמס קאָפּ און גײט װײַטער: „כ’װעל זי באַשאַפֿן ניט פֿונעם אױג, זי זאָל ניט זײַן נײַגעריק אַלץ צו זען; און ניט פֿון אָדמס אױער, זי זאָל ניט זײַן צו נײַגעריק אַלץ אונטערהערן; און ניט פֿון זײַן מױל, זי זאָל ניט זײַן קײן פּלאַפּלערקע; און ניט פֿון זײַן האַרץ, זי זאָל ניט זײַן אַן אײפֿערזיכטיקע; און ניט פֿון זײַן האַנט און ניט פֿון זײַן פֿוס, זי זאָל ניט זײַן קײן שלעפּערקע און אַן אַרומלױפֿערקע. און שױן נאָכן אָנרופֿן אַלע אָפֿענע טײלן פֿון אָדמס קערפּער, פֿאַלט דער אײבערשטער אױף אַ געדאַנק צו באַשאַפֿן חוה פֿון אַ באַהאַלטענעם אָרט אין אָדמס קערפּער; אַזאַ אָרט, װאָס איז צוגעדעקט אַפֿילו װען ער שטײט אַ נאַקעטער, דהײַנו — פֿון אַ ריפּ, אַז די פֿרױ זאָל זײַן אַ באַשײדענע און אַ צניעותדיקע‟.
פֿרעג איך אײַך: נו, ס’האָט געהאָלפֿן? איך מײן דעם אײבערשטנס שיטה. אַװדאי, געהאָלפֿן, װי אַ טױטן באַנקעס. דעריבער, מײן איך, צו אָט דעם־אָ קאַפּױערדיקן באַשאַפֿן איז מער פּאַסיק אַ לינגװיסטישער צוגאַנג, און ניט דער פֿילאָסאָפֿישער מיט זײַן פֿאָרזיכטיקן „ניט‟. אָט, גיט אַ קוק. אין ייִדיש זײַנען דאָ צװײ װערטער, װעלכע פֿאָנעטיש קלינגען כּמעט אידענטיש — די מערצאָל פֿון אַ ריפּ — ריפּן, און דער װערב ריפּען װי אױך זײַן רעפֿלעקסיװע פֿאָרעם „ריפּען זיך‟, אױף ייִדיש, באַװעגן זיך, שװינדלען. אױף אַזאַ אופֿן, מײן איך, האָט דער אײבערשטער מרמז געװען חוהן: „אַזױ װי דו ביסט אַ ריפּנפֿרױ, זיץ זיך שטילערהײט, װוּ דו זיצסט און ריפּע זיך ניט‟.
אין די באַציִונגען מאַן־פֿרױ איז אַלץ קלאָר, אַפֿילו װען די סיטואַציע איז אַ פֿאַרפּלאָנטערטע, מע װעט זיך שױן גיבן אַן עצה. אָבער, װאָס טוט מען מיט די גאָר ניט קײן פּשוטע פּראָפֿעסיאָנעלע באַציִונגען טאַטע־טאָכטער, באַזונדערס, אין דער קונסט, װען די טאָכטער איז אַ סך ייִנגער און ניט װײניקער טאַלאַנטירט װי דער טאַטע.
אין מײַן פֿריִערדיקן לעבן, מיט קנאַפּע פֿינף און צװאַנציק יאָר צוריק, שױן אַ טאַטע פֿון אַ דערװאַקסענער טאָכטער, אין אָנהײב פֿון איר קינסטלערישן װעג, האָב איך זיך אָנגעשטױסן אױף אַ האַרבער דילעמע, ממש אַ קשיא — צי דאַרף איך אױסניצן מײַן כּשר פֿאַרדינטן אױטאָריטעט (און אױב יאָ, טאָ װי אַזױ?), און פּראָטעקציאָנירן (סײַ אין צונױפֿשטעלן אַן אױטאָרישן רעפּערטואַר, און סײַ מיט מײַנע באַציִונגען אין דער קונסטװעלט) מײַן טאָכטער, װעלכע איך האָב ליב מער װי זיך אַלײן. און װי אַזױ דאַרף איך זיך באַציִען צו איר קינסטלערישן חוש, װעלכער איז גאָר ניט ענלעך אױף מײַן חוש? און װי אַזױ װעל איך זיך פֿילן און װאָס װעל איך טאָן, װען די טאָכטער װעט ניט װעלן זינגען מײַנע לידער? און צי װעט עס הײסן, אַז זי האָט מיך, איר טאַטע, ניט ליב? באמת, אַ ניט קײן פּשוט בינטל פֿראַגעס.
דאָס לעבן האָט נאָך אַ מאָל באַװיזן, אַז די טאַלאַנטירטע קינדער דאַרפֿן גײן מיט זײערע אײגענע װעגן, און שױן מער װי צװאַנציק יאָר שרײַב איך פֿאַר מײַן טאָכטער, װירע לאָזינסקי; אָבער קײן מאָל מיש איך זיך ניט אַרײַן אינעם פּראָצעס פֿון אַרבעטן איבער אַ ליד. נו גוט, מיט מײַן טאָכטער איז אַלץ קלאָר, זי איז געבױרן געװאָרן בײַ אַ מאַמע אַ ייִדישע זינגערין, און אַ טאַטע אַ ייִדישער שרײַבער, אױפֿגעװאַקסן געװאָרן אין אײן צימער מיט אַ ייִדיש־שפּראַכיקער באָבע, און בײַ פֿערצן יאָר האָט זי שױן אָנגעהױבן אױפֿטרעטן אױף דער ייִדישער בינע… מיט אײן װאָרט, אַ נאַטירלעכע זאַך.
פּונקט אַזױ װי נאַטירלעך און אָרגאַניש איז דער שעפֿערישער טאַנדעם פֿון דעם גרױסן ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר לײבו לעװין, אונדז צו לאַנגע יאָרן, און זײַן טאָכטער רות, אַ לעבן אױף איר, די בעסטע אױספֿילערין פֿון איר טאַטעס לידער. װי עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, דער שעפֿערישער טאַנדעם טאַטע־טאָכטער איז גאָר אַ זעלטענע זאַך אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קונסט, און איר קענט זיך שױן פֿאָרשטעלן, אַז כ’בין געװען ממש שאָקירט, װען מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָט זיך צו מיר געװאָנדן דער זײער פּאָפּולערער ישׂראלדיקער אַקטיאָר, קאָמפּאָזיטאָר, זינגער און פּאַראָדיסט מאָטי גלעדי מיט אַ ביטע צו העלפֿן אים צוגרײטן די טעקסטן פֿאַר זײַן נײַער ייִדישער פֿאָרשטעלונג „אַ טאַטע מיט אַ טאָכטער‟.
װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער? מילא, דער טאַטע, אַ סאַברע, אָבער אױפֿגעװאַקסן אין אַ ייִדיש הױז; אָבער די טאָכטער זײַנע, דאָרין גאָלדמאַן, דער זעקסטער דור אין לאַנד מצד איר מאַמען אָרנע, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל זי האָבן… דאָרין איז אַ יונגע פֿרױ מיט אַ סך מעלות, אַ פּערספּעקטיװע ישׂראלדיקע שױשפּילערין, און פּלוצעם — נאַט אײַך! — „טאַטע, איך װיל זינגען אױף ייִדיש‟. דאָס קינד װיל זינגען אױף ייִדיש און נאָר אױף ייִדיש. װאָס איז דאָס? אַ קאַפּריז צי װאָס? בקיצור, כ’האָב צוגעגרײט די טעקסטן און געקומען צו די פּראָבעס. רבותי, איך דאַרף אײַך זאָגן, אַז דאָס קינד זינגט טאַקע ייִדיש. „װאָס קען איך טאָן, — טענהט דאָרין, — אַז אױף ייִדיש בענקט זיך מיר בעסער, עס זינגט זיך מיר בעסער… און מײַן נשמה… פֿרײט זיך אױף ייִדיש‟.
איצט, מײַנע דאַמען און הערן, בין איך כּמעט זיכער, אַז ניט נאָר די ייִדישע לינגװיסטיק איז אַ קאַפּריזנע דאַמע, נאָר אױך די ייִדישע קונסט איז ניט פֿון די פֿאָרױסזעענדיקע זאַכן. מילא, אַבי מיר קענען זיך פֿאַרלאָזן אױף די ייִדישע טעכטער, כאָטש גײ װײס, װאָס ס‘האָט דער אײבערשטער געהאַט אין זינען, װען ער האָט באַשלאָסן צו באַשאַפֿן אַ פֿרױ לױט אַזאַ קאָקעטישער „ניט‟־שיטה. אַזױ צי אַנדערש, נאָר װי גוט װאָלט געװען, װען די מענער װאָלטן געזעסן און זיך ניט געריפּעט, און אַ פֿרױ װאָלט ממשיך געװען צו זײַן די פֿעסטע ריפּנשוץ פֿון דער ייִדישװעלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.