די וואָך, איז אין ניו־יאָרק געשען אַן איבערקערעניש: איין באַקאַנטע קליידער־פֿירמע מיט ייִדישע שרשים האָט דערקלערט, אַז זי האַלט בײַם אונטערגיין, און אַן אַנדערע איז געגאַנגען באַרג־אַרויף.
די באַקאַנטע פֿירמע „לאָעמאַנס‟, געגרינדעט אינעם יאָר 1921 דורך פֿרידע לאָעמאַן, האָט איבערגעגעבן, אַז זי קלײַבט זיך צו פֿאַרמאַכן אירע לעצטע 39 געשעפֿטן. די פֿירמע האָט שוין דרײַ מאָל אָפּגעשיקט די באַנקראָט־דאָקומענטן.
אַן אַנדער באַקאַנטע קליידער־פֿירמע, „באַרניס ניו־יאָרק‟, געגרינדעט אינעם יאָר 1923 דורכן אַמביציעזן ייִדישן שנײַדער באַרני פּרעסמאַן, האָט איבערגעגעבן, אין דער זעלבער צײַט, אַז זי וועט איבערנעמען די קראָם פֿון „לאָעמאַנס‟ אין טשעלסי — די געגנט אין מאַנהעטן, וווּ „באַרניס‟ האָט זיך אָנגעהויבן צו אַנטוויקלען מיט 90 יאָר צוריק.
די גרינדערין פֿון „לאָעמאַנס‟ איז געווען אַליין אַ לעגענדאַרע פֿרוי. אָנגעטאָן אין לאַנגע שוואַרצע בגדים, איז זי געקומען מיטן מזומן אין דער קעשענע אין אַ דיזײַן־פּלאַץ, און אײַנגעקויפֿט דאָרטן סחורה־מוסטערן און אַנדערע ביליקע רעשטלעך פֿון שניט־מאַטעריאַלן. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן איר געראָטן געשעפֿט. אין איר ערשטער קליינער קראָם אין ברוקלין זענען אַפֿילו נישט געווען קיין צימערן, וווּ מע וואָלט געקאָנט אָנמעסטן די קליידער. מיט דער צײַט, אָבער, האָט איר פֿירמע געעפֿנט אַ גאַנצע נעץ פֿון 100 קראָמען.
„באַרניס‟ האָט געהאַט אַן אַנדער מזל. דער שרײַבער יהושע לעווין דערציילט אין זײַך בוך, געווידמעט דער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער פֿירמע, אַז באַרני פּרעסמאַן האָט געגעבן פֿאַר אַ משכּן זײַן פֿרויס תּנאָים־רינגל, אויף אַ סומע פֿון 500 דאָלאַר, און געעפֿנט אַ קרעמל פֿון ביליקע מלבושים פֿאַר מענער. ווען ער האָט פּענסיאָנירט, אינעם יאָר 1975, האָט זיך די פֿירמע שוין היפּש צעוואַקסן און געבראַכט יעדעס יאָר אַ רווח פֿון 35 מיליאָן. אין די 1980ער יאָרן, האָט זי אויך באַנקראָטירט, אָבער עס האָט זיך אײַנגעגעבן זי צו ראַטעווען. איצט זענען פֿאַראַן 18 קראָמען פֿון „באַרניס‟ אין פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער שטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.