דעם 16טן דעצעמבער, האָט אַ ייִדישע משפּחה אין ברוקלין געפּראַוועט אַ שׂימחה צוליב דעם, וואָס יעקבֿ אָסטרײַכער, אַ חרדישער געשעפֿטסמאַן, האָט זיך אומגעקערט אַהיים נאָכן אָפּזיצן דריטהאַלבן יאָר אונטערן אַרעסט אין דער ווײַטער באָליוויע. נישט לאַנג צוריק, האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן פֿונעם היים־אַרעסט און צו גנבֿענען די גרענעץ.
אין פֿלאָרידע, האָט אַן אַנדער משפּחה געהאַט ווייניק סיבות פֿאַר אַ שׂימחה, ווײַל ראָבערט לעווינסאָן, אַ געוועזענער אַגענט פֿון „עף־בי־אײַ‟, איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין איראַן, אינעם יאָר 2007. די משפּחה גלייבט, אַז דער אַרעסטירטער קרובֿ זיצט נאָך אַלץ אין אַן איראַנישער תּפֿיסה. נישט לאַנג צוריק, האָט די פּרעסע איבערגעגעבן, אַז לעווינסאָן האָט אויסגעפֿירט אין דער איסלאַמישער רעפּובליק אַ מיסיע לטובֿת דער אַמעריקאַנער אויסשפּיר־דינסט „סי־אײַ־איי‟.
במשך פֿון עטלעכע יאָר, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג אָפּגעלייקנט די קלאַנגען וועגן לעווינסאָנס מלוכישער מיסיע. אַן אַנדער ייִד, אַלען גראָס, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 15 יאָר און זיצט איצט אין קובע פֿאַר זײַן טעטיקייט לטובֿת דער אַמעריקאַנער מלוכישער „אַגענטור פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלער אַנטוויקלונג‟.
די קרובֿים און פֿרײַנד פֿון ביידע דערמאָנטע פּאָליטישע אַרעסטאַנטן, לעווינסאָן און גראָס, טענהן, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג, וועלכע האָט זיי געשיקט אויף סכּנותדיקע מיסיעס, האָט זיי פֿאַרלאָזט אין די אויסלענדישע תּפֿיסות. אַ צאָל ייִדישע אַקטיוויסטן און כּלל־טוער האָבן אָרגאַניזירט אַ ריי פּראָטעסטן, פֿאָדערנדיק בײַ דער אַמעריקאַנער רעגירונג צו העלפֿן גראָסן. להיפּוך, האָט לעווינסאָנס אַרעסט נישט צוגעצויגן אַזאַ אויפֿמערק פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.
עריק סטילמאַן, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע אין בראָוואַרד־קאַונטי, פֿלאָרידע, וווּ עס וווינען לעווינסאָנס קרובֿים, האָט איבערגעגעבן, אַז די משפּחה האָט נישט געבעטן די אָרטיקע ייִדישע קהילה-אָרגאַניזאַציעס אָדער שילן צו העלפֿן איר. די פֿרוי און די קינדער פֿונעם אַרעסטירטן זענען נישט קיין ייִדן. די נאַציאָנאַלע אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אויך נישט געוואָלט זיך אַרײַנמישן אינעם ענין; אַ צאָל אָרגאַניזאַציע־פֿאַרוואַלטער האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו שמועסן וועגן דעם מיטן „Forward‟.
בײַם אָנהייב, האָט מען געמיינט, אַז דער 65־יאָריקער לעווינסאָן, וועלכער האָט אָפּגעאַרבעט מער ווי 30 יאָר אין דער פֿעדעראַלער אַדמיניסטראַציע קעגן נאַרקאָטיקן („DEA‟) און דערנאָך אין „עף־בי־אײַ‟, איז געפֿאָרן קיין איראַן צו אַרבעטן דאָרטן ווי אַ פּריוואַטער דעטעקטיוו־אַגענט. ווען ער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן בעתן באַזוכן דעם איראַנישן אינדזל קיש, האָט ער געפֿירט אַן אויספֿאָרשונג פֿון דער אָרטיקער סיגאַרעטן־קאָנטראַבאַנדע. די איראַנישע רעגירונג האָט עטלעכע מאָל געמאָלדן, אַז זי הייבט נישט אָן צו וויסן, וואָס איז געשען מיט לעווינסאָנען.
דעם 12טן דעצעמבער, האָט די נײַעס־אַגענטור „איי־פּי‟ איבערגעגעבן, אַז לעווינסאָן האָט, אין דער אמתן, געאַרבעט לטובֿת „סי־אײַ־איי‟. אַן אַגענט פֿון דער דאָזיקער אויסשפּיר־אַגענטור האָט אים ווערבירט, הגם ער האָט נישט געהאַט אַן אָפֿיציעלע דערלויבעניש צו שיקן שפּיאָנען אין אַנדערע לענדער. לויט „איי־פּי‟, האָט לעווינסאָנס משפּחה באַקומען 2.5 מיליאָן דאָלאַר קאָמפּענסאַציע פֿון „סי־אײַ־איי‟, זי זאָל נישט אָנהייבן אַ מישפּט־פּראָצעס. צוליב דעם סתּירותדיקן כאַראַקטער פֿון דער מעשׂה, האָט די ייִדישע קהילה נישט געוואָלט זיך אין דעם פֿאַל אַרײַנמישן.
די הויפּט־שטיצער פֿון אָסטרײַכער איז געווען די ניו־יאָרקער פֿרומע קהילה. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע דערמאָנטע פֿאַלן, האָט זײַן אַרעסט נישט געהאַט קיין שײַכות צו פּאָליטיק. דער געשעפֿטסמאַן האָט איבערגעגעבן, אַז זײַנע צרות אין באָליוויע זענען אויך נישט געווען פֿאַרבונדן מיט אַנטיסעמיטיזם.
אינעם פֿאַל פֿון גראָס, האָט די הילף מצד דער ייִדישער קהילה נישט געבראַכט, דערווײַל, צו קיין פּראַקטישע רעזולטאַטן. די רעגירונג פֿון קובע האָט אים באַשולדיקט אינעם אינסטאַלירן אומלעגאַלע עלעקטראָנישע מכשירים לטובֿת אַן אַמעריקאַנער מלוכישער אָרגאַניזאַציע, וועלכע פּרוּווט אונטערצורײַסן די אָרטיקע קאָמוניסטישע רעגירונג. זײַן אַרעסט האָט גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיט אַנטיסעמיטיזם, דערפֿאַר האָבן זײַנע שטיצער נישט מורא צו דערקלערן בפֿירוש, אַז דער אַרעסטירטער איז אַ ייִד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.