אינעם יאָר 1954, האָט דער נײַער קוואַרטעט „The Crows‟ („די קראָען‟) רעקאָרדירט אין אַ ניו־יאָרקער סטודיע אַ טאַנץ־ליד מיט אַ לאַטײַן־אַמעריקאַנער טעם, וואָס הייסט „Mambo Shevitz (Man, Oh Man)‟. דאָס ליד איז געווען באַגרידעט אויף אַ פּאָפּולערער דעמאָלטיקער ראַדיאָ־רעקלאַמע פֿונעם כּשרן ווײַן, פּראָצודירט דורך דער באַקאַנטער פֿירמע „מאַנישעוויץ‟, אויסגעמישט מיט דער לעבעדיקער אַפֿראָ־קובאַנער „מאַמבאָ‟־מוזיק.
די דעביוט־שאַפֿונג פֿונעם דערמאָנטן קוואַרטעט, „Gee‟, איז באַקאַנט ווי איינע פֿון די ערשטע קלאַסישע ווערק אינעם זשאַנער פֿון „ראָק׳נ׳ראָל‟. להיפּוך, איז דאָס „מאַנישעוויץ‟‟־ליד געבליבן כּמעט אינגאַנצן אומבאַקאַנט. בלויז אַ קליינע צאָל זאַמלער פֿון אַלטע פּלאַטעס האָבן עס געדענקט — ביז הײַנט.
אַ דאַנק דעם נײַעם מוזיקאַלישן קאָמפּאַקטל „It’s a Scream How Levine Does the Rhumba‟ („אוי ווי גוואַלדיק איז לעווינס רומבאַ‟), געווידמעט די פֿאַרבינדונגען צווישן דער ייִדישער און לאַטײַן־אַמעריקאַנער מוזיק פֿון די 1940—1980ער יאָרן, וועט דער עולם וויסן, אַז „מאַמבאָ שעוויץ‟ איז אַ וויכטיקער שטאַפּל אין דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער מוזיקאַלישער קולטור.
דער נײַער אַלבאָם, געשאַפֿן דורך דער „אידעלסאָנס געזעלשאַפֿט פֿאַר מוזיק־אָפּהיטונג‟, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זאַמלונג פֿון 41 זעלטענע רעקאָרדירונגען, וועלכע ווײַזן טיפֿע פֿאַרבינדונגען צווישן דער ייִדישער און דרום־אַמעריקאַנער קולטור און מוזיקאַלישער טראַדיציע. אין אַ טייל פֿאַלן, האָבן די שאַפֿער פֿונעם לאַטײַן־ייִדישן מוזיקאַלישן געמיש טאַקע געפֿילט, אַז ס׳איז אַ נאַטירלעכע קאָמבינאַציע. אין אַ טייל פֿאַלן האָבן זיי געוואָלט דערגרייכן אַ קאָמישן עפֿעקט. אַזוי צי אַזוי, קאָן מען נישט אָפּלייקענען דעם צויבערישן עפֿעקט פֿון אַזאַ סינטעז.
אינעם אַלבאָם זענען אַרײַן אַזעלכע ווערק, ווי מײַקי כּ״צס „ייִדישע מאַמבאָ‟; הערב אַלפּערטס און טיכואַנאַ בראַסעס ווערסיע פֿון „מײַן שטעטעלע בעלץ‟ מיט אַ מעקסיקאַנער טעם; דרײַ פֿאַרשיידענע לאַטײַן־אַמעריקאַנישע ווערסיעס פֿון „הבֿה נגילה‟.
דער אַלבאָם קאָן דינען ווי אַ גאַנצער „סעמינאַר‟ וועגן אַ געוויסן אַספּעקט אין דער געשיכטע פֿון דער פּאָפּ־קולטור. ס׳איז גאַנץ טשיקאַווע און באַלערנדיק — און דערצו, איז עס מסוגל פֿאַרן טאַנצן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.