איידער מיר הייבן אָן רעדן, ווילן מיר זאָגן אַ פּאָר ווערטער. דאָס מאָל האָבן מיר זיך געקליבן שרײַבן וועגן דעם וואָרט „שוועסטערקינד”. איז אונדז אײַנגעפֿאַלן, אַז „שוועסטערקינד” איז עטימאָלאָגיש טײַטש ‘פּלימעניק’ אָדער ‘פּלימעניצע’ (דער שוועסטערס אַ קינד). האָבן מיר זיך גענומען צום פּלימעניק. האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָס שייכדיקע ענגלישע וואָרט, nephew, וואַקסט גאָר פֿונעם לאַטײַנישן וואָרט פֿאַר ‘אייניקל’. האָבן מיר זיך באַרעכנט: בעסער שרײַבן וועגן „אייניקל”. איז ווער זשע איז בילעכער: דאָס אייניקל צי זײַן זיידע־באָבע?
אויף ייִדיש זענען דאָ צוויי ווערטער פֿאַר ‘באָבע’, דהײַנו „באָבע” און „באַבע”. זיי נעמען זיך, פֿאַרשטייט זיך, פֿונעם סלאַווישן baba ‘זקנה’, אַ וואָרט פֿונעם עופֿעלע־ און קינדער־לשון, אַזוי ווי „מאַמע”, „טאַטע” אד”גל. די עלטערע פֿאָרמע אויף מאַמע־לשון איז „באָבע”, וואָס וואַקסט אָדער פֿונעם טשעכישן bába אָדער פֿון עפּעס ענלעכס אויף אַלט־פּױליש, ווײַל פֿונעם לאַנגן á ווערט אויף ייִדיש o (אין ליטווישן דיאַלעקט), ד”ה bobe, און u אין פּוילישן, ד”ה bube. בײַ טייל ייִדן וואָס זאָגן „באָבע” איז אויך דאָ „באַבע” ‘זקנה (פּעיאָראַטיוו)’ אָדער ‘הייבאַם’. דאָס נײַערע וואָרט איז „באַבע”, וואָס אין מיזרח־גאַליציע און בוקעווינע גילט עס פֿאַר grandmother; דערפֿון וואַקסט אויך דאָס באַסאַראַבער־פּאָדאָליער „באָבע”, וואָרן אין יענעם דיאַלעקט רעדט מען אַרויס ס’רובֿ פּתחן גאָר o. (בײַ די סלאַוון ניצט מען דימינוטיוון פֿאַר grandmother: טשעכיש babička, פּױליש babcia, רוסיש babushka אאַז”וו.)
„זיידע” נעמט זיך אויך פֿון סלאַוויש און איז אויך אַ וואָרט פֿונעם קינדער־לשון: טשעכיש děd (כאָטש אָפֿטער ניצט מען דעם דימינוטיוו dědeček), פּױליש dziadek, רוסיש dedushka (ענלעך צו dyadya ‘פֿעטער’). ס’איז נישט קלאָר פֿאַר וואָס אויף מאַמע־לשון הייבט זיך אָן „זיידע” מיט ז, בשעת אויף סלאַוויש איז דער קאָנסאָנאַנט וואָרט־אײַן dy.
בײַ רובֿ אַנדערע אייראָפּעיִשע פֿעלקער האָט מען טערמינען אָדער אין גאַנצן פֿון פֿראַנצייזיש אָדער קאַלקירט פֿון דאָרטן, אַזוי ווי, ווי מיר האָבן שוין געזען, בײַ „מומע” און „פֿעטער” (אַ שטייגער, ענגליש aunt און uncle, דײַטשיש Tante און Onkel):
אויף פֿראַנצייזיש זאָגט מען grand-mère ‘גרויסע מאַמע’ און grand-père ‘גרויסער טאַטע’. ס’ענגלישע grandmother און grandfather זענען האַלב פֿראַנצייזיש (grand); ס’דײַטשישע Grossmutter און Grossvater זענען קאַלקירט פֿון פֿראַנצייזיש. אַזוי אויך ס’האָלענדישע grootmoeder און grootvader און ס’רומענישע mamă mare און tată mare (‘גרויסע מאַמע’ און ‘גרויסער טאַטע’), אַפֿילו ס’אונגערישע nagymama און nagyapa. אויף שוועדיש האָט מען עד־היום צוויי טערמינען: farmor און farfar ‘באָבע/זיידע פֿון טאַטנס צד’, mormor און morfar ‘באָבע/זיידע פֿון מאַמעס צד’. אויף איטאַליעניש זענען פֿאַראַן ווערטער פֿונעם קינדער־לשון: nonna ‘באָבע’ און nonno ‘זיידע’.
אויף לאַטײַניש האָט מען avia און avus, וואָס דערפֿון נעמען זיך ס’שפּאַנישע abuela און abuelo מיטן פּאָרטוגאַלישן avó און avô (דער l אויף שפּאַניש איז אַ סימן פֿונעם דימינוטיוו). אויף פֿראַנצייזיש איז דער קאָגנאַט aïeux ‘אָבֿות’; אינטערעסאַנט, אַז אויף פּױליש איז אויך פֿאַראַן dziady ‘אָבֿות’, דער טיטל פֿון דער פֿאַרשמטער פּאָעמע פֿון אַדאַם מיצקעוויטש.
און לאָמיר אויך נישט פֿאַרגעסן מערבֿ־ייִדיש, דאָס לשון פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד און אַרום. קיין סך קאָנטאַקט מיט סלאַוויש האָבן דאָך יענע ייִדן נישט געהאַט, האָבן זיי געהאַט אייגענע טערמינען: „פֿראַלע” ‘באָבע’ (עטימאָלאָגיש „פֿרויעלע” ‘קליינע פֿרוי’) און „האַרלע” ‘זיידע’ (עטימאָלאָגיש „האַרעלע” ‘קליינער האַר’).
אינעם ייִדישן שפּראַכיקן פֿאָלקלאָר איז די באָבע אַן אָפֿטער גאַסט, דער זיידע, ווידער — אַ זעלטענער. מיט וואָס אַסאָציִיִרט זיך די באָבע?
קודם־כּל, מיט אַלטקייט: אַמאָליקע צײַטן זענען „דער באָבע יאַכנעס/האַפּיעס/ליובקעס צײַטן”, „ווען די באָבע איז נאָך געווען אַ מויד” אָדער ווען זי „איז געלעגן געוואָרן מיטן ערשטן קינד”.
חוץ דעם איז די באָבע נישט קיין געראָטענע, נישט קיין וויכטיקע: אויף „וואָס הערט זיך?” קען מען ענטפֿערן „די באָבע יערט זיך”, ד”ה נישטאָ קיין נײַעס. אויב עפּעס אַרט מיך נישט, איז עס „מײַן באָבעס דאגה”. אויב איך גלייב נישט דאָס וואָס אַן אַנדערער דערציילט מיר, ענטפֿער איך אים: „דערצייל עס דער באָבע!” אָדער כ’רוף עס אַ „באָבע־מעשׂה” אָדער „אַ ראַיה פֿון דער באָבע חיה”. אויב אַ מענטש פֿרייט זיך אומזיסט־אומנישט, איז עס „אַ גדולה אויף דער באָבע”. עפּעס אָן אַ ווערט איז „דער באָבעס ירושה”; אויב ס’איז נישטאָ וואָס צו פֿאַרלירן, „דערלייגט מען דער באָבעס ירושה”. עפּעס וואָס האָט נישט קיין טעם „האָט מײַן באָבעס טעם”; אויב ס’האָט צו אַ שטאַרקן טעם „זע איך זיך מיט דער (עלטער־)באָבע אויף יענער וועלט”. אַן אומפּראַקטישער פּרוּווט „לערנען די באָבע זינגען”.
פֿון די ווינציק ווערטלעך מיט „זיידע”: וועגן פֿאַרשיידענע גוסטן זאָגט מען „איינער האָט ליב די באָבע, דער צווייטער דעם זיידן”. וועגן ווײַטע קרובֿים קען מען זאָגן, אַז „מײַן זיידנס האָן האָט אין זײַן באָבעס הויף אַרײַנגעקרייט” אָדער „מײַן באָבע און זײַן זיידע ליגן אין דר’ערד ביידע”. אַ משל פֿון אַן אַבסורד: „אַז איך דערמאָן זיך, אַז דער זיידע איז בחורווײַז געשטאָרבן, קומען מיר טרערן אין די אויגן”. און אפֿשר דאָס סאַמע באַקאַנטע: „ווען די באָבע וואָלט געהאַט אַ באָרד, וואָלט זי געווען אַ זיידע” / „ווען די באָבע וואָלט געהאַט רעדער, וואָלט זי געווען אַ טראָלייבוס”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.