ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

לעאָנאַרדאָ פּאַדוראַ
לעאָנאַרדאָ פּאַדוראַ

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published December 27, 2013, issue of January 17, 2014.

די צײַט פֿון זומער־וואַקאַציעס

דאָס שול־יאָר איז געשלאָסן געוואָרן אין אַרגענטינע, און די ייִדישע שולן האָבן אָנגעהויבן די צוגרייטונגען אויף איבעראַיאָר. דערווײַל זײַנען די זומער־קאָלאָניעס אויפֿן טאָג־אָרדענונג און די קולטור־אונטערנעמונגען ווערן פּלאַנירט אויף די ערטער, וווּ דער עולם קאָנצענטרירט זיך אויף דאַטשעס. די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט צוגעגרייט אַ רײַכע פּראָגראַם אין שטאָט און אייניקע אונטערנעמונגען בײַם ים, אויך אין פּונטאַ דעל עסטע, אורוגווײַ, וווּ די גבֿירים  פֿון דער גאַנצער וועלט קומען זיך צונויף, האָבן די ייִדישע אינסטיטוציעס פּלאַנירט לעקציס און קאָנצערטן אין חודש יאַנואַר.


דער סיום אין ייִוואָ

דער אַרגענטינער ייִוואָ האָט געשלאָסן דאָס יאָר מיט אַן אָוונט וווּ איבער 100 סטודענטן האָבן באַקומען זייערע סערטיפֿיקאַטן פֿאַר די דורכגעמאַכטע קורסן. מיט רעדעס פֿונעם פֿאָרזיצער, ד”ר שׂימחה דרייער, לערערס און תּלמידים און מיט אַ קינסטלערישער פּראָגראַם, וווּ די געלערנטע מאַטעריאַלן זײַנען פֿאַרגעטערט געוואָרן, האָט מען זיך געפֿרייט מיט די דערדרייכונגען און אויסגעדריקט דעם וווּנטש ווײַטער ממשיך זײַן מיטן לימוד פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור.


דער שרײַבער לעאָנאַרדאָ פּאַדוראַ פּרעזענטירט אין בוענאָס־אײַרעס

דאָס בוך „הערעכעס‟ (אָפּטריניקע) פֿונעם קובאַנער שרײַבער לעאָנאַרדאָ פּאַדוראַ, איז פּרעזענטירט געוואָרן אין בוענאָס־אײַרעס. פּאַדוראַ, וואָס האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן ראָמאַן וועגן טראָצקין, „דער מאַן וואָס האָט ליב געהאַט הינט‟, באַשרײַבט אין זײַן לעצטן ראָמאַן די געשעענישן פֿון 1939, ווען 900 ייִדן זײַנען אַנטלאָפֿן פֿונעם נאַצישן רעזשים אויף דער שיף “סענט לויִס”. די שיף איז געשטאַנען אייניקע טעג אין אַ קובאַנער פּאָרט און געוואַרט אַ דערלויבעניש אַרײַנצופֿאָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס איז קיין מאָל נישט אָנגעקומען.

פּאַדוראַ איז אַ פּאָפּולערער שרײַבער, אַ באַרימטער זשורנאַליסט און אַן איבערזעצער, וואָס האָט אין 2012 באַקומען די נאַציאָנאַלע פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור אין קובאַ. זײַן לעצטער ראָמאַן „אָפּטריניקע‟ באַשטעטיקט, אַז דער מחבר איז הײַנט איינער פֿון די פּראָמינענטע דערציילערס. די געשיכטע פֿון אַ ייִדישער משפּחה און אַ קונסטבילד, וואָס מען פֿאַרקויפֿט אין לאָנדאָן אין 2007, דערמעגלעכט מען זאָל אויף אַ שפּאַנענדיקן אופֿן אַנטדעקן אַ טרויעריקן עפּיזאָד פֿונעם חורבן.


פּאָליטישע אינטריגעס פֿון האָליוווּדער פֿילם־אַקאַדעמיע

אַן אַרגענטינער פֿילם, וואָס באַהאַנדלט די טעמע מענגעלע און אַנדערע נאַצי־פֿאַרברעכער אין אַרגענטינע, און דער ישׂראלדיקער פֿילם „בית־לחם‟ — זײַנען נישט אָנגענומען געוואָרן פֿון דער האָליוווּדער פֿילם־אַקאַדעמיע צווישן די 9 אויסלענדישע פֿילמען, וואָס קאָנקורירן פֿאַר דער „אָסקאַר‟־פּרעמיע הײַיאָר. אַ פּאַלעסטינער פֿילם „אָמאַר‟, וואָס באַרירט אויך דעם קאָנפֿליקט פֿון די אַראַבער אין ישׂראל איז יאָ נאָמינירט געוואָרן.


טעלעוויזיע־פּראָגראַם וועגן ייִדיש

יעדן זונטיק האָט די בוענאָס־אײַרעסער קהילה אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם, וואָס ווערט געוויזן איבערן גאַנצן לאַנד אויפֿן אָפֿיציעלן קאַנאַל 7, און וואָס מען קען אויך זען איבער דער גאָרער וועלט דורך דער אינטערנעץ. דער דירעקטאָר פֿון ייִוואָ פֿירט אָן מיט דער רובריק „נײַעס פֿון דער ייִדיש וועלט‟ מיט אינפֿאָרמאַציעס, געשיכטעס און קוריאָזן פֿון דער ייִדישער שפּראַך. גוטע אָפּקלאַנגען באַקומט מען דורכן „פֿייסבוך‟.


אַ בכּבֿודיקער יוביליי

די טעג האָבן זיך אָנגעהויבן די פֿײַערונגען פֿון 150 יאָר ייִדישער קאָנגרעגאַציעס אין אַרגענטינע. די געמיינדע איז די עלטסטע ייִדישע אינסטיטוציע אין לאַנד, פֿאַרמאָגט דעם עלטסטן און גרעסטן טעמפּל, וווּ ס’איז פֿאָרגעקומען די ערשטע ייִדישע חתונה, אָנערקענט דורך דער אַרגענטינער רעגירונג. זי פֿאַרמאָגט איינע פֿון די בעסטע אָרגלען, וואָס ווערט איצט רעסטאַוורירט, און איבעראַיאָר וועט מען אויף די צענטראַלע פֿײַערונגען האַלטן אַ ספּעציעלן קאָנצערט.


די רעפֿאָרם־שול און איר דירעקטאָר

די פֿאָלקסשול א”נ פֿון אַרלען פֿערן האָט געפֿײַערט אירע 18 יאָר. זי געהערט אידעאָלאָגיש צו דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, וווּ מע לערנט די ייִדישע לימודים אויף ענגליש ווי אַ פֿאָרעם צו לערנען די ענגלישע שפּראַך. עבֿרית לערנט מען ניט, און פֿון ייִדיש איז שוין אָפּגערעדט. איר דירעקטאָר הרבֿ סערכיאָ בערמאַן איז אויף די לעצטע שטאָט־וואַלן אויסגעקליבן געוואָרן ווי אַ דעפּוטאַט אין שטאָט־פּאַרלאַמענט.


„טעלעקאָם‟ — קעגן אַנטיסעמיטיזם

די „דאַיאַ‟ האָט באַערט די טעלעפֿאָן־געזעלשאַפֿט „טעלעקאָם‟ איבער אירע באַמיִונגען קעגן דיסקרימינאַציע, און איר פּערמאַנענטן בײַטראָג פֿאַר די סעקטאָרן, וואָס נייטיקן זיך אין ספּעציעלער הילף פֿאַר זייער בכּבֿודיקער עקזיסטענץ. זי האָט אויך געשטיצט די ייִדישע אונטערנעמונגען און געהאָלפֿן דער „דאַיאַ‟ אין איר קאַמפּאַניע קעגן אַנטיסעמיטיזם.


דרײַ וויכטיקע שטעלונגען פֿון יאָר 2013

די דרײַ טעמעס, וואָס זײַנען געווען די וויכטיקסטע געשעענישן במשך 2013 אין אַרגענטינע זײַנען:

1) די שטעלונג פֿון די צענטראַלע איסטיטוציעס פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ, לגבי דעם אָפּמאַך, וואָס די אַרגענטינער רעגירונג האָט אונטערגעשריבן מיט איראַן, איז שטאַרק קריטיקירט געוואָרן דורך דער פֿירערשאַפֿט און ברייטע סעקטאָרן פֿונעם ייִשובֿ; דאָך האָט די אַרגענטינער יוסטיץ אָפּגעוואָרפֿן די מניעות, וואָס די קהילה האָט אָנגעגעבן אין געריכט. בעת דער לעצטער טרעפֿונג מיט דער „דאַיאַ‟ האָט די אַרגענטינער פּרעזידענטין ווידער פֿאַרטיידיקט דעם אָפּמאַך.

2) דער צווייטער מאָמענט, אַז בײַ די וואַלן אין דער קהילה האָט ווידער דער רעליגיעזער סעקטאָר, זײַענדיק די ערשטע מינדערהייט, ווידער איבערגענומען די אָנפֿירערשאַפֿט צום צווייטן מאָל. דער ייִדישער ייִשובֿ אין לאַנד, וואָס ווערט פֿאַררעכנט ווי אַ וועלטלעכער, האָט נישט באַוויזן צו באַוועגן די מיטגלידערשאַפֿט, און שטימען אויף די וואַלן.

3) און דער דריטער מאמענט איז בלי־שום־ספֿק די ראַנגלענישן פֿון די ייִדישע אינסטיטוציעס אָנצוהאַלטן זייערע טעטיקייטן איבערן מוראדיקן עקאָנאָמישן קריזיס און אינפֿלאַציע אין לאַנד, וואָס גרייכט איבער 30 פּראָצענט, און וואָס צעשטערט אַלע בודזשעטן. שולן, קלובן, קולטור־אינסטיטוציעס און אַפֿילו דער בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ זוכן מיטלען אַנטקעגנצוקומען די באַדערפֿענישן פֿאַר זייער עקזיסטענץ. מען דערוואַרט, אַז דאָס יאָר 2014 וועט אָנקומען מיט שוועריקייטן. לאָמיר האָפֿן, אַז די שעפֿערישקייט זאָל דערמעגלעכן אַ יאָר פֿון המשך און דערגרייכונגען.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.