דער אַמעריקאַנער מעמאָריאַלער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן האָט אומגעקערט קיין אוישוויץ אַ טייל פֿון די הילצערנע באַראַקן, וועלכע האָבן זיך געפֿונען אין אַמעריקע במשך פֿון 24 יאָר, לויט אַ לאַנג־צײַטיקן באָרג־אָפּמאַך. די וועבזײַט פֿונעם מוזיי, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם קאָנצענטראַציע־לאַגער „אוישוויץ־בירקענאַו‟, האָט איבערגעגעבן, אַז אַ העלפֿט פֿון די הילצערנע געבײַדעס, וווּ עס האָבן געוווינט די ייִדישע אַסירים פֿון די נאַציס ביז זייער אומקום אינעם טויט־לאַגער, זענען זונטיק, דעם 29סטן דעצעמבער, אָנגעקומען אינעם פּוילישן פּאָרט גדיניאַ. נאָכן קאָנסערוואַציע־פּראָצעס, וועט מען צונויפֿבינדן די סעקציע פֿון די באַראַקן מיטן איבעריקן טייל, כּדי צו רעקאָנסטרויִרן די גאַנצע געבײַדעס.
אינעם יאָר 1989, האָט דער נאַציאָנאַלער אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי געבאָרגן די באַראַקן אויף צען יאָר. שפּעטער, האָט מען פֿאַרלענגערט דעם קאָנטראַקט. אין 2003, האָט די פּוילישע רעגירונג באַשלאָסן, אַז די מוזייען טאָר נישט אָפּשיקן די אָרטיקע היסטאָרישע אַרטעפֿאַקטן אין אַנדערע לענדער מער ווי אויף פֿינף יאָר. נאָך עטלעכע יאָר פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּוילישע אָפֿיציעלע אינסטאַנצן, האָט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם וואַשינגטאָנער מוזיי באַשלאָסן אומצוקערן דעם עקספּאָנאַט.
די באַראַקן פֿון אוישוויץ האָבן ביז איצט פֿאַרנומען אַ צענטראַל אָרט אין דער שטענדיקער קאָלעקציע פֿונעם חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן. איצט, פּלאַנירט די אַדמיניסטראַציע צו קויפֿן אַן אַנדער טייל פֿון די טרויעריק־באַרימטע געבײַדעס, כּדי אַרויסצושטעלן זיי אויף שטענדיק אויפֿן זעלבן אָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.