פּרוסט — אַ ייִד צי אַן אַנטיסעמיט?

Was Proust Jewish or Jew-Hater?

פֿון לינאַ שילוני (Forward)

Published December 31, 2013, issue of January 17, 2014.

מאַרסעל פּרוסט (לינקס) מיט זײַן מאַמען, זשאַן, און ברודער, ראָבער
BNF. DIST. RMN-GRAND PALAIS
מאַרסעל פּרוסט (לינקס) מיט זײַן מאַמען, זשאַן, און ברודער, ראָבער

איצט מערקט מען אָפּ אין דער ליטעראַרישער וועלט „דאָס יאָר פֿון מאַרסעל פּרוסט‟. מיט 100 יאָר צוריק, האָט דער באַרימטער פֿראַנצויזישער שרײַבער פֿאַרעפֿנטלעכט דעם ערשטם טייל פֿון זײַן זיבן־בענדערדיקן ראָמאַן „זוכנדיק די פֿאַרגאַנגענע צײַט‟ („À la recherche du temps perdu‟). לעצטנס, זענען אין דער וועלט פּובליקירט געוואָרן אַ סך אַרטיקלען און פֿאָרגעקומען אַ גאַנצע ריי קאָנפֿערענצן, אויסשטעלונגען, ליטעראַרישע אָוונטן לכּבֿוד דעם דאָזיקן וויכטיקן בוך. הײַנט ווערט פּרוסט באַטראַכט ווי אַ וועלט־באַרימטער קלאַסיקער, און זײַן ראָמאַן — ווי איינס פֿון די גרעסטע ווערק פֿון דער מאָדערניסטישער ליטעראַטור.

ווען דער ערשטער טייל פֿון פּרוסטס ראָמאַן איז אַרויס, האָט דער מחבר געמוזט אַליין באַצאָלן פֿאַר דער פּובליקאַציע. מע דערציילט, אַז אַנדרע זשיד — אַן אַנדער באַרימטער שרײַבער, וועלכער האָט געדינט ווי אַ קריטיקער בײַם חשובֿן פֿאַרלאַג „גאַלימאַר‟, האָט אַפֿילו נישט געוואָלט עפֿענען דעם מאַנוסקריפּט, טראַכטנדיק, אַז ס׳איז נישט כּדאַי אַרײַנצוקוקן אינעם שרײַבעכץ פֿון אַ מענטש, וועלכער האָט געהאַט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ דילעטאַנט און סנאָב.

אַפֿילו ווען עטלעכע טיילן פֿונעם ראָמאַן זענען שוין געדרוקט געוואָרן, איז פּרוסט געבליבן, בײַם אָנהייב, מער פּאָפּולער אין אַנדערע לענדער. צום בײַשפּיל, צווישן זײַנע גרעסטע פֿריִיִקע ליבהאָבער איז געווען וואַלטער בעניאַמין — דער באַקאַנטער דײַטשישער פֿילאָסאָף און ליטעראַרטור־קריטיקער. דאַניעל מאָרנע, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ליטעראַטור בײַם סאָרבאָנער אוניווערסיטעט, האָט געווידמעט פּרוסטן בלויז אַ האַלבע זײַט אין זײַן באַשרײַבונג פֿון דער מאָדערנעם פֿראַנצויזישער פּראָזע, אָנגעשריבן אינעם יאָר 1920. מאָרנע האָט באַמערקט, אַז פּרוסט איז „אַן אָריגינעלער און מאָדנער שרײַבער‟, און צוגעגעבן, אַז אין זײַנע ווערק „פֿילט זיך אַ מיזרחדיקע אינספּיראַציע‟; דער קריטיקער האָט דערמיט זיכער מרמז געווען אויף פּרוסטס ייִדישן אָפּשטאַם.

מאַרסעל פּרוסט איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1871, אין אַ משפּחה פֿון אַ דאָרפֿישן דאָקטער, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין, און אַ רײַכער טאָכטער פֿון אַ ייִדישן באַנקיר. די צווייטע העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט איז געווען אַ תּקופֿה פֿון געראָטענע ייִדישע עשירים און קולטור־טוער אין פֿראַנקרײַך; אין דער זעלבער צײַט, איז עס אויך געווען אַ פּעריאָד פֿון שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם, וועלכער האָט גורם געווען דעם געריכט־פּראָצעס איבער אַלפֿרעד דרייפֿוס.

פּרוסט האָט קלאָר פֿאַרשטאַנען, אַז ער בלײַבט אַ געשמדטער ייִד, פֿונעם ייִדישן קוקווינקל, הגם לויטן קאַטוילישן גלויבן איז ער געווען אַ קריסט. דער שרײַבער האָט זיך געחבֿרט מיט די קריסטלעכע אַנטיסעמיטן, און אָנגענומען זייערע סטערעאָטיפּן וועגן ייִדן, ווי מע זעט גאַנץ אָפֿט אין זײַנע ווערק. ער האָט געהערט צו ביידע רעליגיעס — און פֿאָרט געבליבן אַ וואַנדערער — נישט אַהין און נישט אַהער.

פֿונדעסטוועגן, איז פּרוסט נישט געווען קיין שׂונא פֿון ייִדן. די ערשטע צוויי טיילן פֿון זײַן פֿילבענדיקן ראָמען הייסן „סוואַנס דרך‟ און „סוואַנס ליבע‟. דער הויפּט־העלד, שאַרל סוואַן, רעפּרעזענטירט די סתּירותדיקע פּערזענלעכקייט פֿונעם מחבר אַליין. צוויי אַנדערע אינספּיראַציע־קוואַלן פֿאַרן דאָזיקן פּערסאָנאַזש זענען דער רײַכער ייִדישער אַריסטאָקראַט שאַרל האַאַס און שאַרל אפֿרתי — אַ קרובֿ פֿון רײַכע באַנקירן, וועלכע האָבן קאָנקורירט מיט דער ראָטשילד־דינאַסטיע. אינעם ראָמאַן טרעפֿן זיך אַ צאָל רמזים אויף משה רבינו און משהס פֿרוי ציפּורה, און אַנדערע ייִדישע טעמעס.

פּרוסט האָט געשריבן, אַז געוויסע ייִדן אַנטפּלעקן אין די לעצטע שעהען פֿון זייער לעבן צוויי היפּוכדיקע כאַראַקטערן: אַ פּוסטער ליידיקגייער אָדער אַ נבֿיא. שאַרל סוואַן האָט זיך, סוף־ימיו, פֿאַרוואַנדלט אין אַ נבֿיא — אַ סימן, אַז דער שרײַבער, וועלכער איז אַליין געשטאָרבן אינעם יאָר 1922, האָט געפֿילט אַ סאָלידאַריטעט מיט ייִדן, נישט געקוקט אויף זײַנע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן.