תּל־אָבֿיבֿ. — ווי אַ ייִנגל אין די אוראַל־בערג, איז פּאַוועל פּאָלעוו געווען אַ געניטער אײַז־גליטשער און אַ מיטגליד פֿון דער נאַציאָנאַלער אײַזקונסט־לויפֿער־מאַנשאַפֿט אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
אָבער אין 1992, צו 15 יאָר, האָט פּאָלעווס לעבן דורכגעמאַכט אַ ריזיקע ענדערונג, ווען ער האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער ריזיקער כוואַליע ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און עולה געווען קיין ישׂראל. נאָכן אָפּדינען דרײַ יאָר אין צה״ל, האָט פּאָלעוו באַקומען אַרבעט ווי אַ סטרוזש.
צוואַנציק יאָר שפּעטער איז ער אַ הצלחהדיקער געשעפֿטסמאַן און נײַער פּאָליטישער שטערן. ער פֿאַרמאָגט אַ געשעפֿט, וואָס פֿאַרקויפֿט לופֿטקילערס און דינט ווי דער וויצע־בירגער־מײַסטער פֿון אַריאל, דער ייִשובֿ אויפֿן מערבֿ־ברעג, וווּ עס וווינט אַ גרויסע רוסיש־רעדנדיקע באַפֿעלקערונג.
פּאָלעווס הצלחהדיקע אימיגראַנט־געשיכטע איז ענלעך צו אַ סך פֿון די 1 מיליאָן רוסיש־רעדנדיקע עולים, וועלכע זענען אָנגעקומען אין די 1990ער יאָרן. צוזאַמען מיט זייערע קינדער און אייניקלעך, באַטרעפֿן זיי הײַנט כּמעט אַ פֿיפֿטל פֿון אַלע ישׂראלים.
הגם אַ סך סאָוועטישע אימיגראַנטן, בפֿרט די עלטערע, לעבן נאָך אין אָרעמקייט, ווײַזט די סטאַטיסטיק, אַז דאָס איז אַ באַזונדערע קהילה, וואָס שטײַגט אַלץ העכער אין דער געזעלשאַפֿט. לויט אַ באַריכט אין 2013 פֿון דער ”עדבֿה־צענטער“, אַ ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿטלעכער אידעען־צענטער, האָבן 56% פֿון די רוסיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן אין 1992 זיך געפֿונען אינעם אָרעמסטן דריטל פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אין 2010 האָבן בלויז 38% זיך געפֿונען אין אַזאַ אָרעמקייט. גלײַכצײַטיק איז דער פּראָצענט רוסישע ייִדן אינעם העכסטן עשעלאָן פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט געוואַקסן פֿון 10% ביז 27%.
”אין קיין לאַנד וועט מען נישט געפֿינען אַ גרופּע אימיגראַנטן, וואָס האָט געהאַט אַזאַ דערפֿאָלג,“ האָט באַמערקט נתן שטשאַראַנסקי, דער באַרימטער סאָוועטישער רעפֿיוזניק, וועלכער דינט איצט ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער סוכנות.
דער סוקצעס פֿון די רוסישע אימיגראַנטן שטייט אין אַ ממשותדיקן קאָנטראַסט צו די עטיאָפּישע עולים, וועלכע זענען מאַסנווײַז געקומען קיין ישׂראל אין בערך דער זעלבער צײַט. מער ווי אַ העלפֿט פֿון די עטיאָפּישע ישׂראלים לעבן אונטער דער אָרעמקייט־ליניע, לויט דער ”עדבֿה־באַריכט“. די עטיאָפּישע ישׂראלים זענען אויך ווייניקער געבילדעט, און פֿאַרדינען אַ דריטל פֿון די שׂכירות, וואָס די ישׂראלים בכלל פֿאַרדינען.
צום טייל, האָבן די רוסישע מצליח געווען צוליב זייער גוטער בילדונג און פֿעיִקייטן, וואָס האָבן זיי דערמעגלעכט זיך צופּאַסן צו אַ מאָדערנער עקאָנאָמיע. די עטיאָפּישע ייִדן האָבן עמיגרירט פֿון אַן אַגריקולטור־באַזירטער עקאָנאָמיע, און האָבן זיך געראַנגלט בײַם פּרוּוון צופּאַסן זייער טראַדיציאָנעלן לעבן־שטייגער צו אַ מערבֿדיקער געזעלשאַפֿט.
ווען די רוסישע אימיגראַנטן זענען געקומען אַהער, איז ישׂראל בכלל נישט געווען צוגעגרייט, און מע האָט אָפֿט געהערט מעשׂיות וועגן וויסנשאַפֿטלער, וועלכע האָבן געמוזט קערן די גאַסן צוליב פּרנסה. ”אַ סך האָבן געפֿילט, אַז ישׂראל האָט נישט קיין אינטערעס זיי צו העלפֿן,“ האָט דערקלערט בצלאל שיף, אַ יוריספּרודענץ־פּראָפֿעסאָר, וואָס איז געקומען פֿון טאַשקענט אין 1971.
שיף איז געווען אַ גרינדער פֿון דעם ”ציוניסטן־פֿאָרום“, אַ שתּדלנות־גרופּע פֿאַר רוסישע אימיגראַנטן, וואָס איז שפּעטער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין ”ישׂראל בעליה“, אַ פּאַרטיי פֿאַר רוסישע אימיגראַנטן, געגרינדעט פֿון שטשאַראַנסקי, וואָס האָט געוווּנען זיבן ערטער אין דער כּנסת אין 1996.
דער מאָלדאָווע־געבוירענער אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַנס ”ישׂראל ביתינו פּאַרטיי“ האָט געוווּנען 15 ערטער אין די וואַלן פֿון 2009. ליבערמאַן איז איינער פֿון די צוויי רוסיש־רעדנדיקע מיניסטאָרן און איין וויצע־מיניסטער אין דער הערשנדיקער קאָאַליציע, אין פֿאַרגלײַך מיט בלויז צוויי עטיאָפּישע דעפּוטאַטן אין דער גאַנצער כּנסת.
נאַדעדזשדאַ טאַטאַרענקאָ, אַ 70־יאָריקע פֿרוי וואָס איז געקומען פֿון אוקראַיִנע צו 47 יאָר, זאָגט, אַז די עלטערע אימיגראַנטן קריגן אָפֿט מאָל נישט זייערע בענעפֿיטן פֿון דער רעגירונג, און ווערן באַהאַנדלט אומדרך־ארצדיק אין די רעגירונג־ביוראָען. אָבער וואָס מער די רוסיש־רעדנדיקע ישׂראלים וועלן אינטעגרירט ווערן אין דער געזעלשאַפֿט, אַלץ ווייניקער וועט מען זען אַזוינע זאַכן, זאָגט זי.
”דער דריטער דור איז שוין אין גאַנצן אַ ישׂראלדיקע,“ האָט טאַטאַרענקאָ געזאָגט. ”כ׳זע נישט קיין גרויסן אונטערשייד צווישן זיי און די סאַברעס.“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.