עס זײַנען שוין פֿאַרבליבן אַ מיעוט גלענצנדיקע ייִדישע אַקטיאָרן פֿון ייִנגערן דור אויפֿן אויבערפֿלאַך פֿון אונדזער ייִדישער פּלאָנעט, יענע וואָס זײַנען סײַ מולטי־שפּראַכיק און סײַ די וואָס קענען צוציִען אַ ריזיקן עולם צושויער. זײַנען מיר געבענטשן מיט אַזאַ גוואַלדאָוונעם טאַלאַנט ווי מײַק בורשטיין.
יענער דור וואָס האָט זיך אַמאָל מהנה געווען אויף זײַן טאַטנס, פּסחקע בורשטיינס שטיפֿעריש־מוזיקאַלישע אויפֿטריטן, וווּ ער פֿלעגט זינגען, טאַנצן און פֿײַפֿן אויף וואָס די וועלט שטייט, דער עיקר, אין מאַנגערס „מגילה־לידער‟; זײַן מאַמע ליליען לוקס, אַ לוקסוס פֿון אַ וושתי, און זייער זון מײַק, ווי פֿסטריגתא, דער שנײַדער־יונג — האָט עס פֿאַרגעדענקט אויף לאַנג.
הייסט עס, מײַק איז אויסגעוואַקסן אויף די ברעטער פֿון דער ייִדישער בינע, ווי ער זאָגט: „זעכציק יאָר האָב איך אָפּגעגעבן דער קונסט פֿון ׳שאָו־ביזנעס׳ זינט איך בין געווען אַ צוציק פֿון אַכט‟.
און כאַטש ער וווינט אין לאָס־אַנדזשעלעס, גאַסטראָלירט ער אין פֿלאָרידע, וווּ נאָר זײַן עולם געפֿינט זיך. הײַנט איז ער אין קאָראַל־ספּרינגס, אַ שטעטעלע אָן אַ כאַראַקטער, ווי מערסטע שטעטלעך אין די דרום־שטאַטן. איצט נעמט זיך אין זינען אָפּגעזונדערטע קאָלאָניעס, געפּאַקט מיטן עלטערן דור, קאַנאַדער פּליטים פֿון די ביטערע ווינטערס; אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס האָבן געמאַכט אַ ויברח פֿון די ניו־יאָרקער קעלטן און שנייען, און זיך באַזעצט אין אַזעלכע הײַזער־פּלאַנטאַציעס, וואָס רופֿן זיך „סענטשורי־ווילעדזש‟ איבער דער לענג און ברייט פֿון דרום־פֿלאָרידע.
פֿאַרמאָג איך טײַערע קוזינען — ווינטער־פֿייגל פֿון טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, קומען אַהער אָפּווינטערן עטלעכע חדשים, און האָבן זיך באַזעצט אין אַזאַ מין קאָלאָניע לעבן מיר, וואָס רופֿט זיך „ווינמאָר‟. זייער וווין־אָרט ציילט אַן ערך צען טויזנט נפֿשות, צעזייט און צעשפּרייט אויף שטחים מיט הונדערטער דרײַ־שטאָקיקע געבײַדעס, מיט צענדליקער דירות אויף יעדן שטאָק, אַרומגעצאַמט מיט אַ נידעריק ווענטל, וואָס מען רופֿט דאָ „קעט־וואָק‟.
דאָס אָרט פֿאַרמאָגט אַ טעאַטער־זאַל, וואָס נעמט אַרײַן טויזנט צושויער. מײַנע קוזינען האָבן מיך באַזאָרגט מיט אַ בילעט, און מיר זײַנען אַוועק זען און הערן מײַק בורשטיינס קאָנצערט. צענדליקער אויטאָס און אויטאָבוסן האָבן באַלאַגערט דאָס טעאַטער. עס האָבן גענומען אויסשטײַגן עלטערע מענטשן מיט שטעקנס, פֿאָר־וועגעלעך, שטולן אויף רעדלעך, און אָנהאַלט־מכשירים. די וואָס האָבן זיך נישט גענייטיקט אין באַוועגונגס־הילף, האָבן זיך גענומען שטופּן בײַם אַרײַנגאַנג — ממש אַ בהלה.
אין זאַל — שניי־ווײַסע קעפּ, מער פֿרויען ווי מענער; די ווײַבער אויסגעפּוצט, ווי יענטל צום גט, מיט שימערירנדיקער צירונג אויף האַלדז און נאַקן. באַקאַנטע האָבן זיך וואַרעם באַגריסט, ווי זיי וואַלטן זיך נישט געזען אַ שאָק מיט יאָרן. די פֿרײַנדשאַפֿט און משפּחהדיקייט האָט אָנגעפֿילט די לופֿט. מען האָט זיך צעקושט און גענומען דערציילן גליקן פֿון קינדער און אייניקלעך, געוויזן זייערע פֿאָטאָגראַפֿיעס און געשעפּט פֿון זיי נחת.
דאָ פֿילט מען אויס דעם צײַט־פֿאַטרײַב מיט שפּילן קאָרטן, די ווײַבער שפּילן „מאַרזשאַן‟, אַ ברעטל־שפּיל. מען שווימט אין באַסיין, און, דער עיקר, לויפֿט מען אַרײַנכאַפּן דעם „אוירלי־בוירד ספּעשל‟, צווישן פֿיר און פֿינף נאָך מיטיק, דאָס מאכל קאָסט דעמאָלט ביליגער. די קאַנאַדער האַלטן זיך צוזאַמען עלעהײ קרובֿים.
מיר זיצן אין געפּאַקטן זאַל, דאָס ליכט גייט אויס, דער פֿאָרהאַנג הייבט זיך, די בינע איז באַצירט מיט אַ פּיאַנע און צוויי מוזיקאַנטן. דער קאָנפֿעראַנסיע, אָן אָטעם, כאַפּט דעם מיקראָפֿאָן און הייבט אָן צו האַקן אַ טשײַניק מיט נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן; אַ קו איז געפֿלויגן איבערן דאַך און געלייגט אַן איי. איין וואָרט האָט זיך נישט געסטיסעוועט מיטן צווייטן. ער פּרובירט אַמוזירן דעם עולם, אָבער זײַנע רייד קלעפּן זיך ווי אַן אַרבעס צו דער וואַנט. ער וויל אימיטירן אַנדערע קאָמעדיאַנטן, אָבער ס’געלינגט אים נישט.
דער עולם שווײַגט, שמייכלט אין אַרבל אַרײַן און וואַרט עס זאָל עפּעס געשען. דער קאָנפֿעראַנסיע שטעלט פֿאָר דעם פּיאַניסט, אַן עלטער מענטשל, מיט אַ שפּאָר בײַכל אונטער זײַן וווּקס, ער הייבט אָן אויסצורעכענען זײַן יחוס: „דער מענטש איז אַמאָל געווען דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר פֿאַר די גרעסטע מוזיקער אין האַליוווּד, אַפֿילו פֿאַר ליבעראַטשין, דעם פּיאַנאָ „ווירטואָז‟. דער עולם געדענקט גוט ליבעראַטשין, וועלכער האָט געשפּילט אויף זײַן ווײַס־באַגילדעטער פּיאַנע מיטן פּאָרטרעט פֿון זײַן מאַמען. יעדעס מאָל, וואָס ליבעראַטשי פֿלעגט עפֿענען זײַן מויל, האָבן זיך אַרויסגעגליטשט זיסע ריידעלעך, אַרײַנגערעכנט זײַן לאַקריצן שמייכעלע. אַלע האָבן אַפּלאָדירט. דער פּיאַניסט האָט זיך באַקוועם געמאַכט בײַ דער פּיאַנע און גענומען גלעטן די קליאַווישן.
עס האָט זיך באַוויזן אַ זינגערקע אין אַ שוואַרץ, אויסדעקאָלטירט קלייד, זי האָט קודם דערציילט פֿון אירע גליקן אין באַרימטע „בראָדוויי־שאָוס‟, איר קינדהייט, איר קאַריערע, פֿאַרבעטן איר טאַטן, וואָס איז געזעסן צווישן עולם, אויפֿצושטיין און זיך פֿאַרנייגן. דער עולם אַפּלאָדירט. און אַזוי האָט די זינגערקע אָפּגעשפּילט אַ גאַנצע שעה צײַט מיט לידער פֿון מיוזיקלס. איר שטימע אויף הויכע טענער ווי די הײַנטיקע זינגערקעס שטרענגען זיך אָן אויסצוהילן… און וווּ איז מײַק? איך האָב שוין גענומען טראַכטן, אַז ער רוט זיך אָפּ אין זײַן גאַרדעראָב־צימער און רייכערט אַ ציגאַר.
ערשט נײַן אַזייגער האָט זיך מײַק באַוויזן, אָנגעטאָן אין אַ לאַנגן ווײַסן זשאַקעט און שוואַרצע הויזן. דער זשאַקעט האָט אויסגעזען צוגעפּאַסט פֿאַר אַ הויכן דראָנג. דער עולם שטעלט זיך אויף, די אַפּלאָדיסמענטן פֿאַרהילכן דעם זאַל. מײַק דערלאַנגט סחורה, לידער פֿון בראָדוויי, פֿון זײַנע פֿילמען, אויסגעמישט אין צווישן מיט ייִדישע רייד. ער דערציילט וועגן זײַנע עלטערן, זײַן זעכציק־יעריקע קאַריערע, ס’רובֿ אויף דער ייִדישער בינע; פֿון ייִדישן טעאַטער אויף „סעקאָנד עוועניו‟, וואָס מען האָט דעמאָלט גערופֿן „דער ייִדישער בראָדוויי‟. ער האָט דערמאָנט זײַן נישט לאַנג־פֿאַרשטאָרבענעם גוטן פֿרײַנט און ריזיקן טאַלאַנט ברוסי אַדלער, וועלכער איז פֿאַר דער צײַט אַוועק אין דער אייביקייט, און פֿאַרענדיקט מיט זײַן „עמבלעם‟ — „רומעניע! רומעניע!‟ דער עולם איז אַנטציקט, ממש איין פֿרייד האָט אַרומגעכאַפּט אַלעמען. מײַק בורשטיין באַהערשט נאָך אַלץ די בינע און דער עלטערער עולם שאַצט אים אָפּ ווי געהעריק.
נאָך דער פֿאָרשטעלונג כאַפּ איך זיך אַרויף אויף דער בינע און מיר צעקושן זיך ווי אַלטע גוטע פֿרײַנד. ער דערציילט מיר, אַז ער קומט ערשט פֿון אַן אַנדער פֿאָרשטעלונג, וואָס ער האָט געגעבן ערגעץ אין מיאַמי; געכאַפּט אַ טעקסי און הענדום־פּענדום געפֿלויגן איבער די וועגן ווי אַ באַנומענער. די הויפּט־וועגן דאָ זײַנען מסוכּן, צוליב דעם ריזיקן פֿאַרקער, דער עיקר, בײַ נאַכט. קוים מיט צרות איז ער אָנגעקומען אַהער. איך פֿרעג אים, פֿאַרוואָס אַזוי ווייניק ייִדיש, זאָגט ער מיר, אַז דער עולם איז שוין אָפּגעפֿרעמדט פֿון דעם ייִדישן רעפּערטואַר. איך זאָג אים, אַז דער זאַל איז געפּאַקט מיט גאָלע עלטער, ווי קען דאָס זײַן? זאָגט ער מיר, אַז דאָס זײַנען שוין אַסימילירטע און אָפּגעפֿרעמדטע ייִדן, וואָס האָבן זיך אויפֿגעכאָוועט אויף דער ענגלישער קאָקאַ־קאָלאַ קולטור.
מיר רעדן „שאַפּ‟, דאָס הייסט, ווי האַלטן מיר מיט אונדזער ייִדיש וועלטל, די ייִדישע בינע און בכלל, וואָס וועט זײַן מיטן ייִדישן האָב־און־גוטס, טעאַטער, שפּראַך, קולטור? זײַן ענטפֿער איז דער זעלבער וואָס מען הערט אויף דער ייִדישער גאַס, וווּ נעמט מען יונגע כּוחות און געלט? ייִדן האָבן געלטער אויף אַלצדינג, אַחוץ נישט אויף אויפֿצוהאַלטן זייער קולטור־פֿאַרמעג. איך פֿאַרזיכער אים אויף וויפֿל איך האָב געהאַט הנאה פֿון זײַן שפּילן און זינגען, אַ פֿענאָמען אין דער הײַנטיקער ייִדישער וועלט.
אויפֿן וועג אַהיים האָב איך באַוווּנדערט זײַן פֿיל־שפּראַכיקייט, זײַנע אַקטיאָרסקע שטיק און אויסדויער. איך פֿאַרנייג זיך פֿאַרן אוממיטלבאַרן ייִדישן טאַלאַנט. בראַוואָ, מײַק בורשטיין!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.