אָנהייב 1960ער יאָרן, „גרעניטש ווילידזש‟, ניו-יאָרק, אין אַ נאַכט-קלוב, וואָס הייסט „דער גאַזליכט קאַפֿע‟, זינגט דער זינגער לויִן דייוויס אַן אַלט פֿאָלקסליד. דעם לידס טרויעריקע שורות הייבן זיך אָן אַזוי:
הענגט מיך, אָ, הענגט מיך, און כ’וועל פֿאַרגיין אין דער אייביקייט.
הענגט מיך, אָ, הענגט מיך, און כ’וועל פֿאַרגיין אין דער אייביקייט.
ס’וועט מיר נישט אָנגיין אין לעבן דאָס הענגען, אָבער דאָס ליגן אין קבֿר אַזוי לאַנג, אוי וויי.
איך בין אויסגעווען איבער דער גאַנצער וועלט.
(אין ייִדיש — ע. מ.)
אָט די בראשית-סצענע איז גענומען געוואָרן פֿון דעם נײַעם פֿילם פֿון די כּהן־ברידער, „אין דער נשמה פֿון לויִן דייוויס‟ (Inside Llewyn Davis), וואָס דערציילט די געשיכטע וועגן אַ זינגער אויף דער אַמאָליקער ניו-יאָרקער סצענע פֿון פֿאָלקסמוזיק; די זעלביקע סצענע, וואָס האָט געבוירן אַזעלכע ריזיקע פֿיגורן, ווי באָב דילען; פּיטער, פּאָל און מערי; ריטשי הייווענס; דזשאָני מיטשעל, און אַנדערע. לויִן דייוויס, דער הויפּט־העלד פֿונעם פֿילם (אַ ביסל באַזירט אויפֿן לעבן פֿון דייוו וואַן ראָנק), איז אַ נע-ונדניק, אַ מענטש אָן אַ היים, „אָן אַ גראָשן אויף דער נשמה‟, און אָן אַ מאַנטל אינמיטן ווינטער, וואָס וואַנדערט אַרום צווישן קרובֿים, פֿרײַנד און באַקאַנטע, זוכנדיק הצלחה ווי אַ מוזיקאַנט.
דאָך וויל ער נישט מצליח זײַן פֿאַר יעדן פּרײַז, „זיך פֿאַרקויפֿן‟ לויט זײַנע באַגריפֿן. דעריבער געפֿינט ער זיך שטענדיק אין ספֿקות פֿון דעם ווילן און נישט-ווילן צו האָבן דערפֿאָלג. דער פֿילם דערציילט וועגן זײַנע דורכפֿאַלן, ווײַזנדיק ווי ער ווערט ניכשל סײַ אינעם אַנטוויקלען זײַן קאַריערע, סײַ אין זײַנע באַציִונגען מיט אַנדערע מענטשן. צום שלימזל, פֿירט ער זיך קיינמאָל נישט אויף לויט דעם ריכטיקן מוסר-השׂכּל, ווײַל עס שטעלט זיך תּמיד די פֿראַגע, צי אַזאַ מין מאָראַלישע לעקציע עקזיסטירט בכלל לכתּחילה (מיט בלויז הויכע אידעאַלן קען מען, אַ פּנים, בלויז קדחת פֿאַרדינען; אָדער פֿון זאָגן, ווערט מען נישט טראָגן).
ווי געוויינטלעך בײַ די כּהן־ברידער, איז אָט דער פֿילם אויך פֿול געפּאַקט מיט סימבאָליזם, פֿאַרנעפּלדיקייט, באַהאַלטענע רמזים, קולטורעלע פֿאַררופֿן, קאָמישע און אַבסורדישע סיטואַציעס. לויִן דייוויס, גוט געשפּילט דורכן אַקטיאָר אָסקאַר אײַזיק, וועקט זיך, למשל, אויף צוויי מאָל (דאָס ערשטע מאָל אין דער צווייטער סצענע פֿונעם פֿילם) אין דער דירה פֿון אַ קאָלומביע־פּראָפֿעסאָר, אַ מומחה פֿון מעסאָפּעטאַמישן פֿאָלקלאָר, „העט ווײַט‟ אין „אַפּטאַון‟ מאַנהעטן. איבער זײַן בעט הענגט אַ בילד אויף לשון-קודש, וווּ עס שטייט געשריבן „הגדה של פּסח‟, וואָס וואָלט געקאָנט פֿירן צו דער מסקנא (כאָטש פֿאַר די וואָס זענען מסוגל דאָס צו דערקענען), אַז ס’רעדט זיך וועגן אַ מעבֿדות לחירות סאָרט געשיכטע, פֿון שקלאַפֿערײַ צו פֿרײַהייט בזעיר-אַנפּין.
אלא מאַי? דאָס איז בפֿירוש נישט לויִנס געשיכטע. פֿאַרקערט. אויב מע רעדט שוין, איז דאָס די געשיכטע פֿון דער קאַץ, וואָס לויִן לאָזט זי, נעבעך, אַנטלויפֿן פֿון דעם פּראָפֿעסאָרס דירה, און ער וואַלגערט זיך אויכעט אַרום אין גאַנג פֿונעם פֿילם. נאָר צום סוף ווערט אַנטפּלעקט דער קאַצס נאָמען (און דאָ אַ פֿאַרשטערער): „יוליסעס‟.
ווי באַקאַנט, האָבן די כּהן-ברידער שוין געהאַט געמאַכט איין פֿילם מיט אַ סיפּור-המעשׂה אויפֿן סמך פֿון האָמערס „אָדיסעע‟. דאָס איז געווען דער זייער געראָטענער פֿילם פֿון 2000 „אָ ברודער, וווּ ביסטו?‟ (Oh Brother, Where Art Thou?), וואָס זײַן סיפּור-המעשׂה קומט פֿאָר בעת דער גרויסער דעפּרעסיע. ביידע פֿילמען זענען רײַך מיט אַמעריקאַנער פֿאָלקסמוזיק און פֿאָלקסגעזאַנג (דאָך, אַנטקעגן גאָר אַנדערע לאַנדשאַפֿטן), און ביידע, יעדער פֿילם אויף זײַן אופֿן, באַשעפֿטיקן זיך מיטן לעבן אונטער עקאָנאָמישע שוועריקייטן (זיכער פּאַסיק פֿאַר דער תּקופֿה).
אין ביידע פֿילמען שפּילט דער אויסערגעוויינטלעכער אַקטיאָר דזשאָן גודמאַן אַ קליינע ראָלע פֿון אַ נישט אַזוי סימפּאַטישן געשטאַלט, וואָס דער העלדהעלדן טרעפֿטטרעפֿן זיך מיט אים אויפֿן וועג. (אינעם איצטיקן פֿילם שפּילט ער די ראָלע פֿון אַ דזשאַז־מוזיקאַנט, דערצו אַ נאַרקאָמאַן, וואָס פֿאָרט מיט מיטן העלד קיין שיקאַגע). אָבער, אויב „אָ ברודער, וווּ ביסטו?‟ האָט זיך כאַראַקטעריזירט מיט אָן אַ שיִער קאָלירפֿולע אַוואַנטורעס און שאַרפֿע קאָמישע סיטואַציעס, וואָס האָבן בסך-הכּל געשאַפֿן איין גרויסע געשיכטע, איז דאָס נישט חל אויף „אין דער נשמה פֿון לויִן דייוויס‟.
אינעם פֿאַל פֿונעם איצטיקן פֿילם, שטײַגט די אַטמאָספֿער, דער „אַמביאַנס‟, איבער די דראַמאַטישע אַנטוויקלונגען און דינאַמישע געשעענישן אויף אַזוי פֿיל, אַז עס ווערט נישט קלאָר, צי עפּעס קומט אין דעם פֿילם בכלל פֿאָר, אַחוץ דער אייביקער ביטערקייט פֿונעם פֿאַרביסענעם הויפּט-העלד.
דער פֿילם „אין דער נשמה פֿון לויִן דייוויס‟ לײַדט פֿון נישט ווייניק חסרונות און פֿון נישט ווייניק טרוקענע מאָמענטן. ער דערגרייכט נישט צו דער זעלביקער קוואַליטעט ווי „אַן ערנסטער מענטש‟, אָדער „ביג לעבאָווסקי‟. אָבער די כּהן־ברידערס נאָכפֿאָלגער, און איך בתוכם, וועלן זיך מן-הסתּם נישט לאָזן אים צו פֿאַרפֿעלן, און דאָס זעלבע איז אויך חל אויף די חסידים פֿון יענער נישט-ראָקיסטישער מוזיקאַלישער סצענע אין יאָר 1960.
די צוקוקער וועלן אויך הנאה האָבן פֿון פֿײַנע אויפֿפֿירונגען מצד קערי מאָליגאַן און דזשאַסטין טימבערלייק. „אויב ס’איז קיינמאָל נישט געווען נײַ און ס’ווערט קיינמאָל נישט אַלט, איז עס אַ פֿאָלקסליד‟, זאָגט דער הויפּט-העלד אין אַ געוויסער סצענע. די אַקוסטישע גיטאַר און דאָס טיפֿע קול פֿונעם אַזוי גערופֿענעם „פֿאָלקזינגער‟ זענען צוריק בזכות די כּהן־ברידער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.