ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published January 06, 2014, issue of January 31, 2014.

אַ געוועזענער אָנגעשטעלטער פֿון ישיבֿ־קאָלעדזש ווערט פֿאַרמישפּט צו 8 יאָר טורמע

דוד ציפּריס
דוד ציפּריס

דוד ציפּריס, אַ געוועזענער אָנגעשטעלטער פֿונעם חב”דס ישיבֿה-קאָלעדזש אין מעלבורן, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 8 יאָר טורמע פֿאַר האָבן באַגאַנגען אַ ריי סעקסועלע מיסברויכן קעגן קינדער אינעם קאָלעדזש במשך פֿון די שפּעטע 1980ער און די אנהייב 1990ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט. כאָטש ער האָט זיך דערקלערט שולדיק אין 12 פֿאַרברעכנס, וועט ער מוזן זיצן כאָטש 5.5 יאָר ביז ער וועט האָבן די מעגלעכקייט באַפֿרײַט צו ווערן. דער פּרעזידענט פֿונעם ישיבֿה־קאָלעדזש האָט געזאָגט די זשורנאַליסטן, אַז דער מישפּט איז אַ באַרעכטיקטער. מעני וואַקס, איינער פֿון ציפּריס’ קרבנות און דער אָנפֿירער פֿון דער גרופּע צדק, וואָס רעדט אין נאָמען פֿון די ייִדישע קרבנות פֿון סעקסועלע מיסברויכן, האָט געזאָגט, אַז ער איז זייער צופֿרידן מיטן מישפּט. דערצו האָט ער ווידער באַשולדיקט דעם ישיבֿה־קאָלעדזש אינעם האָבן געפּרוּווט פֿאַרדעקן די מיסברויכן, און דערפֿאַר האָט ער צוגעזאָגט צו לאָדן דעם קאָלעדזש אין ציוויל-געריכט.

סטודענטן אין דער ייִדישער טאָגשולן דערגרייכן די העכסטע צייכנס פֿאַרן 12טן קלאַס במשך פֿונעם יאָר 2013

סטודענטן פֿונעם הר-הספֿים קאָלעדזש (אָרטאָדאָקסיש), דעם ביאַליק־קאָלעדזש (וועלטלעך ציוניסטיש), דעם בית-רבֿקה ליידיס קאָלעדזש (חב”ד) און דער דוד המלך־שול (רעפֿאָרם) אין מעלבורן האָבן באַקומען צווישן די העכסטע צייכנס אין דעם שטאָט וויקטאָריע בײַ די מאַטריקולאַציע-עקזאַמענס, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען סוף פֿאָריקן שול-יאָר, וואָס האָט זיך געענדיקט אין חודש דעצעמבער. די 4 ייִדישע טאָגשולן זײַנען געווען צווישן די צען טאָגשולן אין וויקטאָריע, וואָס אירע סטודענטן האָבן באַקומען די העכסטע צייכנס.

ייִדן, קריסטן און מוסולעמענער פֿאָרן אין איינעם קיין ירושלים

אַ גרופּע ייִדישע, קריסטלעכע און מוסולעמענישע גײַסטלעכע וועט פֿאָרן קיין ירושלים פֿון מעלבורן אויף אַ 10 טאָגיקער רײַזע אין חודש מײַ. די אנטיילנעמער וועלן אויספֿאָרשן ענלעכקייטן און אַנדערשקייטן צווישן זייערע רעליגיעס במשך פֿון דער רײַזע.

ערשטער לערן־זמן פֿון דער נײַער ייִדישער צוגאָב-שול

ייִדישע משפּחות אין דער אויסטראַלישער הויפּט-שטאָט, קאַנבערע, האָבן געפֿײַערט דעם ערשטן זמן פֿון דער נײַער לאָקאַלער ייִדישער צוגאָב-שול, וווּ עס טרעפֿט זיך נאָך די שול-שעהען 25 קינדער אונטער דער אָפֿירערשאַפֿט פֿון דער לאָקאַלער חב”ד־אָרגאַניזאַציע. עס איז דערווײַל נישטאָ קיין ייִדישע טאָגשול אין קאַנבערע. די צוגאָב-שול באַדינט קינדער אין עלטער פֿון 5־12 יאָר. אַ צווייטע פּראָגראַם באַדינט קינדער אין עלטער פֿון 2־5 יאָר. אַ נײַע ייִדישע פֿאָרשול וועט זיך עפֿענען אין קאַנבערע אינעם נײַעם שול-יאָר, וואָס הייבט זיך אָן אין חודש פֿעברואַר.

דער אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון ניו־סאַוט וויילס — באַערט

וויק אָלהאָדעף
וויק אָלהאָדעף

וויק אָלהאָדעף, דער דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון ניו־סאַוט וויילס, איז באַערט געוואָרן דערמיט, וואָס ער איז באַשטימט געוואָרן ווי דער נײַער פֿאָרזיצער פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער באַציִונגען־קאָמיסיע פֿון ניו־סאַוט וויילס. דאָס איז אַן אַגענץ בײַ דער שטאָטישער רעגירונג פֿון ניו־סאַוט וויילס. דער פּאָסטן איז אַ צײַטווײַליקער, און אָלהאָדעף וועט פֿאָרזעצן זײַן אַרבעט ווי דער דירעקטאָר פֿון דער לאָקאַלער קהילה.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.