מאָנטיק, דעם 6טן יאַנואַר, האָט די פּאָליציי ווײַטער געזוכט די מערדער פֿונעם חסידישן געשעפֿטסמאַן מנחם שטאַרק. משה סטרולאָוויץ, דער 31־יאָריקער שוואָגער פֿונעם אומגעקומנעם, גלייבט, אַז די „טײַוולאָנים‟, וועלכע האָבן אַכזריותדיק אומגעבראַכט זײַן קרובֿ, וועלן געפֿונען און באַשטראָפֿט ווערן. דערווײַל האָבן די אויספֿאָרשער נאָך קיינעם נישט געכאַפּט. לכל־הפּחות צוויי מענער האָבן אַרײַנגעוואָרפֿן דעם דערהרגטן אין אַ לאַסט־אויטאָ; שפּעטער האָט מען אים געפֿונען טויט 16 מײַל פֿון וויליאַמסבורג, אין לאָנג־אײַלענד. ס׳איז נישט קלאָר, צי דער מאָרד האָט געהאַט צו טאָן מיט שטאַרקס הײַזער־געשעפֿט, צי די מערדער האָבן געהאַט אַ פּערזענלעכן מאָטיוו.
עריק אַדאַמס, דער פּרעזידענט פֿון ברוקלין, האָט שאַרף קריטיקירט דעם סקאַנדאַליעזן אַרטיקל אין „ניו־יאָרק פּאָסט‟ און געפֿאָדערט אַ פֿאָרמעלע מחילה פֿון דער צײַטונג. בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ זונטיק, דעם 5טן יאַנואַר, האָט אַדאַמס שאַרץ קריטיקירט דאָס צינישע קעפּל פֿונעם אַרטיקל, לויט וועלכן „יעדער האָט געוואָלט‟ דערהרגענען דעם חסידישן מיליאָנער און באַמערקט, אַז די פֿאַריתומטע קינדער פֿונעם אומגעקומענעם האָבן זיכער נישט געוואָלט פֿאַרלירן זייער טאַטן.
דער אַרטיקל האָט אויך אַרויסגערופֿן אַ פּראָטעסט אין דער סאַטמאַרער קהילה. אַלכּסנדר באָקסבוים, אַ קרובֿ פֿונעם אומגעקומענעם, האָט אָנגעשריבן אינעם „Forward‟:
„מײַן שוואָגער, מנחם שטאַרק, איז דערהרגט געוואָרן מיט אַ פּאָר טעג צוריק. זײַנע זיבן קינדער וועלן בלײַבן אָן זייער 39־יאָריקן טאַטן. פֿאַר זײַן פֿרוי, חבֿרים און אַ סך אַנדערע מענטשן איז עס אַ שווערער און טרויעריקער פֿאַרלוסט.
דאָנערשטיק, דעם 2טן יאַנואַר, איז שטאַרק אַוועקגעגאַנגען פֿון זײַן שטוב און פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. מיט אַ טאָג שפּעטער, האָט מען געפֿונען זײַן פֿאַרברענטן גוף אין אַ מיסט־קאַסטן. צו אונדזער שאָק, האָבן זײַנע פֿאַרכאַפּער אומגעבראַכט אונדזער טײַערן חבֿר. שטאַרק איז געווען אַ גוטער מאַן און טאַטע; ער פֿלעגט פֿאַרברענגען שעהען־לאַנג מיט זײַנע קינדער און געגעבן אַ סך צדקה פֿאַר זײַן קהילה.
נאָכן שרעקלעכן טויט, האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק פּאָסט‟ דערהרגט אים צום צווייטן מאָל — ווען מע האָט פּובליקירט אַן עקלדיקע, פֿאַלשע מעשׂה מיטן קעפּל „ווער האָט נישט געוואָלט זײַן טויט?‟. דער אַרטיקל איז פֿול מיט שרעקלעכע בילבולים קעגן אַן אומגעקומענעם מענטש, וואָס קאָן נישט באַשיצן זײַן רעפּוטאַציע, און קעגן אַן אומשולדיקער משפּחה, וואָס האָט ווייניק שײַכות צו דער אַרומיקער וועלט, מחוץ דער חסידישער געגנט.
להיפּוך צו די אינסינואַציעס פֿון דער מעדיאַ, איז מנחם שטאַרק קיינמאָל נישט געווען אַרעסטירט אָדער באַשולדיקט אין פֿאַרברעכנס. הגם אין די לעצטע יאָרן, אַזוי ווי אַ סך אַנדערע אַמעריקאַנער הײַזער־אייגנטימער, איז זײַן געשעפֿט אָנגעגאַנגען שווער, האָבן אַ סך אײַנוווינער פֿון זײַנע הײַזער אים ליב געהאַט; די פּרעסע האָט אָבער גאָרנישט דערציילט וועגן דעם.
פֿאַקטיש, פֿאַרטיידיקט דער אַרטיקל אין „ניו־יאָרק פּאָסט‟ דעם מאָרד. אַדרבה, די זשורנאַליסטן האָבן געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַ חסידישן ייִד אין שוואַרצע בגדים, מעג מען שרײַבן בילבולים און איגנאָרירן דעם פֿאַקט, אַז דער דערמאָרדעטער איז נישט געווען בלויז אַ בעל־הבית פֿון אַ סך בנינים, נאָר אויך אַ לעבעדיקער מענטש, וועלכער האָט איבערגעלאָזט יתומים און אַן אַלמנה.
מיר זיצן איצט שיבעה נאָך אים; מיר לייענען נישט די וועלטלעכע צײַטונגען און קוקן נישט די טעלעוויזיע. מיר ווייסן אָבער יאָ, אַז אונדזער טראַגיש אומגעקומענער קרובֿ האָט נישט פֿאַרדינט פֿאַרוואַנדלט צו ווערן אין אַן אָביעקט פֿון אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער סענסאַציאָנעלער מעשׂה, וואָס קאָן אַרויסרופֿן אַנטיסעמיטישע שטימונגען.
מיר גלייבן, אַז מנחם שטאַרקס נשמה איז אינעם ליכטיקן גן־עדן. ברוך דיין האמת.
דער מחבר פֿונעם דאָזיקן בריוו, אַלכּסנדר באָקסבוים, איז דער מאַן פֿון מנחם שטאַרקס עלטערער שוועסטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.