ייִדישע ידיעות פֿון מאָסקווע

Jewish News From Moscow


פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published January 08, 2014, issue of January 31, 2014.

לעקציעס אינעם ייִדישן מוזיי

אין רוסלאַנד האָבן זיך די וואָך אָנגעהויבן די ניטל־קאַניקולן. אָבער עס זענען אָפֿן די קולטור־צענטערס, קלובן, פּאַרקן און אַנדערע פֿאַרווײַל־ערטער, וואָס ס‘רובֿ פֿון זיי האָט מען אין די טעג געקענט באַזוכן פֿרײַ. דעם 8טן יאַנואַר האָט זיך אָנגעהויבן אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי אַ נײַער ציקל לעקציעס, „פֿאָלקסטימלעכע מאָסקווע און אויסלענדער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920־1930ער יאָרן‟. נאָך דער רעוואָלוציע, בירגער־קריג און „נעפּ‟ [נײַע עקאָנאָמישע פּאָליטיק] האָט זיך דער עטנישער באַשטאַנד פֿון דער מאָסקווער באַפֿעלקערונג זייער געביטן. מאָסקווע האָט אויפֿגעהערט צו זײַן מערסטנס רוסיש, עס זענען אַנטשטאַנען נײַע נאַציאָנאַלע קהילות. עס זענען כּסדר געקומען קיין מאָסקווע אויסלענדישע ספּעציאַליסטן צו אַרבעטן דאָ, אויסלענדישע סטודענטן — זיך צו לערנען, אויסלענדישע טוריסטן, בתוכם אַ סך ייִדישע שרײַבערס.

אין די ראַמען פֿונעם ציקל לעקציעס דערציילט מען וועגן 5 נאַציאָנאַלע קהילות אין מאָסקווע: אַסירישער, כינעזישער, טאָטערישער, אַרמענישער און, אַוודאי, ייִדישער, וואָס איר איז געווידמעט דער ערשטער רעפֿעראַט, אָפּגעהאַלטן פֿון אַרטור קלעמפּערט, אַ היסטאָריקער, וואָס האָט אָנגעשריבן אַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון מאָסקווער ייִדישער קהילה, אַ לערער און אַ דירעקטאָר פֿון אַ ייִדישן שול־מוזיי.

צו דער טעמע ווענדט זיך דער מוזיי נישט צום ערשטן מאָל: דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָט ער שוין אָרגאַניזירט אַ ציקל עקסקורסיעס וועגן דעם ייִדישן לעבן אין מאָסקווע אין די 1920־1930ער יאָרן אויפֿן סמך פֿון ייִדישע צײַטונגען און זכרונות.

מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי פֿאָרט קיין שווייץ

די אַנדערע נײַעס האָבן אַ באַשײַמפּערלעכן פּאָליטישן קאָלאָריט. דער סאַמע באַרימטער פּאָליטישער אסיר אין רוסלאַנד, מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי, וואָס איז דעם 20סטן דעצעמבער באַפֿרײַט געוואָרן און איז אַוועק קיין דײַטשלאַנד, האָט באַקומען אַ שווייצאַרישע וויזע אויף 3 חודשים און וועט, אַפּנים, אַריבערפֿאָרן אַהין. דער אַנדעדער באַקאַנטער רוסלענדישער ייִדישער תּפֿיסהניק, איליאַ פֿאַרבער, דער דאָרפֿישער לערער וואָס מ’האָט אים באַשולדיקט אין נעמען אַ ריזיקן כאַבאַר און פֿאַרמישפּט צו 7 יאָר און איין חודש פֿון לאַגער־רעזשים, האָט באַקומען אַ באַדינגלעכע־פֿאַרצײַטיקע באַפֿרײַונג — אַזוי רופֿט מען עס אין רוסלאַנד. אָנהייב דעצעמבער האָט מען אים געביטן דעם אורטייל אויף 3 יאָר לאַגער־רעזשים, און איצט באַפֿרײַט מען פֿאַרבערן שוין אין גאַנצן. אין עטלעכע טעג אַרום וועט ער אַרויסגיין אויף דער פֿרײַ. באַזונדערס מאָדנע זעט אויס, אַז זײַן בקשה האָט געשטיצט די אַדמיניסטראַציע פֿון טורמע, וווּ ער געפֿינט זיך, און די פּראָקוראַטור, וואָס האָט פֿריִער געפֿאָדערט פֿאַר פֿאַרבערן אַ גרויסן טערמין.

אַ מאָדנער קער אין די רוסלאַנד־ישׂראל באַציִונגען

און נאָך אַ ידיעה איז פֿאַרבונדן מיט אַ מאָדנעם אויפֿפֿיר אין די באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און מדינת־ישׂראל. לאָמיך דערמאָנען, אַז דעם 29סטן און דעם 30סטן דעצעמבער זענען אין ער רוסישער שטאָט וואָלגאָגראַד פֿאָרגעקומען 2 טעראָר־אַטאַקן; אַרום 30 מענטשן זענען אומגעקומען, עטלעכע צענדליקער — פֿאַרוווּנדעט. די רוסישע מלוכה און די מוניציפּאַליטעט פֿון וואָלגאָגראַד האָבן אײַנגעלאַדן אויסלענדישע ספּעציאַליסטן, קודם־כּל, פּסיכאָלאָגן, זיי זאָלן העלפֿן די לעבן־געבליבענע קרבנות און די קרובֿים פֿון די אומגעקומענע.

דער רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס האָט אָרגאַניזירט דאָס אָנקומען פֿון אַ גרופּע ישׂראלדיקע רוסיש־שפּראַכיקע פּסיכאָלאָגן, און דעם 31סטן דעצעמבער האָט די וואָלגאָגראַדער מוניציפּאַל־אַדמיניסטראַציע באַשטעטיקט, אַז מע וואַרט אויף זיי. אָבער דעם ערשטן יאַנואַר אין דער פֿרי, ווען די פּסיכאָלאָגן פֿון ישׂראל זענען שוין אַרויסגעפֿלויגן פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין מאָסקווע, האָט מען פֿון וואָלגאָגראַד טעלעגראַפֿירט, אַז עס זענען שוין אָנגעקומען גענוג פּסיכאָלאָגן פֿון מאָסקווע, און קיין אויסלענדישע הילף באַדאַרף מען שוין נישט.

די ישׂראלדיקע ספּעציאַליסטן האָבן זיך וועגן דעם דערוווּסט ערשט נאָכן אָנקומען קיין מאָסקווע, און אין עטלעכע שעה אַרום זענען זיי צוריקגעפֿלויגן קיין תּל־אָבֿיבֿ. מע פֿאַרבינדט דעם מאָדנעם בײַט אינעם אויפֿפֿיר פֿון וואָלגאָגראַדער שטאָט־באַלעבאַטים מיט דעם, וואָס דעם ערשטן יאַנואַר איז קיין וואָלגאָגראַד געקומען פּוטין אויף אַ באַזוך. צי וועט דער אינצידענט ווירקן אויף די ווײַטערדיקע באַציִונגען צווישן די 2 מדינות, איז נאָך ניט קלאָר.

וולאַדימיר פּאָזנער באַקומט דעם פֿראַנצייזישן „ערן־לעגיאָן‟

וולאַדימיר פּאָזנער
וולאַדימיר פּאָזנער

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. די וואָך האָט דער באַרימטער רוסלענדישער זשורנאַליסט וולאַדימיר פּאָזנער באַקומען דעם פֿראַנצייזישן אָרדן פֿונעם „ערן־לעגיאָן‟. אין דער סאָוועטישער און רוסלענדישער געשיכטע איז פּאָזנער אַ צווייפֿלהאַפֿטע פּערזענלעכקייט: אין די סאָוועטישע צײַטן האָט ער פֿאַרשוואַרצט די דיסידענטן, איצט — כאָדאָרקאָווסקין און אַנדערע מיטגלידער פֿון דער אָפּאָזיציע. פֿונדעסטוועגן, האָט ער זיך אין די לעצטע יאָרן אַרויסגעשטעלט ווי אַ מער־ווייניקער אומאָפּהענגיקער זשורנאַליסט, וואָס דערוועגט זיך אַנטקעגנצושטעלן דער מלוכהישער פּאָליטיק.

אויפֿן ערשטן טעלעוויזיע־קאַנאַל האָט ער שאַרף קריטיקירט דעם רוסישן פּאַרלאַמענט־„דומאַ‟, און אים אָנגערופֿן „גאָסודאַרסטווענאַיאַ דוראַ‟, וואָס הייסט, „אַ מלוכהישער נאַר‟, וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסן פּאָליטישן סקאַנדאַל.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.