אַ פֿראַגע פֿון לעבן

A Question of Life


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published January 10, 2014, issue of January 31, 2014.

װעגן אַלץ איז שױן געזאָגט געװאָרן. צום גליק, ניט װעגן אַלץ האָט מען דערװײַל געקלערט.

סטאַניסלאַװ יעזשי לעץ

אָט דער־אָ פּאַראַדאָקסאַלער אױסדרוק פֿון פּױליש־ייִדישן שרײַבער לעץ איז אין מיטן די 1960ער יאָרן געװאָרן אַ װעגװײַזער פֿאַר דער פּאָסט־מאָדערניסטישער קונסט, אַרײַנגערעכנט די קינסטלערישע ליטעראַטור. באמת, װעגן װאָס מיר זאָלן ניט שרײַבן, קען מען שטענדיק געפֿינען אַן ענלעכן, אַ פּאַראַלעלן סוזשעט, אָדער אַפֿילו אַ גאַנץ װערק. אַז מען איז יונג און מע קריכט אױף די באַריקאַדן, כּדי צו מאַכן די װעלט מער יושרדיק, מער שלומדיק, קאָכט דאָס בלוט און די האָרמאָנען יױערן. אָבער, אַז מע װערט עלטער און דאָס אַרױפֿצוקריכן אױף די באַריקאַדן דױערט אַזױ לאַנג, אַז ביז מע דראַפּעט זיך אַרויף צום שפּיץ, געדענקט מען שוין ניט צו װאָס פֿאַר אַ קרענק ביסטו אַהין געקראָכן — זעט דער יוגנטלעכער ברען אויס אַ ביסל קאָמיש, גענוי אַזױ װי עס האָט דאָס כאַראַקטעריזירט פֿעליקס כװאַליבוג: „די יונגע טוען אָפ אַ סך נאַרישקײטן, װען זײ פּרובירן נאָכמאַכן די זקנים, און די זקנים — װען זײ פּרובירן נאָכמאַכן די יונגע‟.

עס װײַזט אױס, אַז גלײַכגעװיכט איז געװען און געבליבן דער װיכטיקסטער פּרט אין מענטשנס לעבן, װי מע זאָגט בײַ די ייִדן — יעדע פּרי צו איר צײַט. צופֿעליק אָדער ניט, נאָר די ייִדישװעלט איז הײַנט געבליבן נאָר מיט צװײ װעלטלעכע רעגולערע צײַטונגען אױף ייִדיש, בײדע געגרינדעט װי אַ פּובליקאַציע פֿון די ייִדישע אַרבעטער־פּאַרטײען. און אױב מיטן ניו־יאָרקער „פֿאָרװערטס‟ איז אַלץ קלאָר — די צײַטונג איז געװאָרן גאַנץ אָפֿן פֿאַר כּלערלײ דעמאָקראַטיש־געשטימטע שרײַבער און זשורנאַליסטן, טאָ די בונדיסטישע „לעבנס־פֿראַגן‟ איז געװען און געבליבן דער דרוק־אָרגאַן פֿון „בונד‟, און איז אַוודאי דורכגעזאַפּט מיט אַ בונדיסטישן גײַסט.

װען אַ װעלכער ניט איז אומפּאַרטײיִשער שרײַבער שרײַבט פֿאַר די „לעבנס־פֿראַגן‟, דאַרף ער שטענדיק האָבן אין זינען, אַז זײַן לײענער איז איבער הױפּט אַ קהל פֿון אױסגעפּרוּװטע, גוט „אױסגעריבענע‟ ייִדישע סאָציאַליסטן, די קעמפֿער פֿאַר סאָציאַלן יושר און גלײַכגערעכטיקײט; די קעמפֿער, פֿאַר װעלכע דער יסורים־פֿולער עבֿר איז אַמאָל אַ סך „הײמישער‟, װי די רויִקע און רעלאַטיװ שטילע קעגנװאַרט. און װאָס קען שוין, מישטײנס געזאָגט, אַזאַ מישמאַש פֿון אַ „היפּי‟ און אַ באָהעמיען, װי איך, אַרױפֿלײגן אױפֿן ציכטיקן לײען־טישל פֿון די ייִדישע סאָציאַליסטן?… מיט װאָס פֿאַר אַ פֿרישן „שטיקל לעקעך‟ קען איך מכבד זײַן דעם ייִדישן סאָציאַליסט? אױב מיר גלײבן די טעאָרעטיקער פֿון דער הײַנטצײַטיקער ליטעראַטור, איז שױן אַלץ געזאָגט געװאָרן. און װען איך װעל זאָגן, אַז דער עגאָיִסטישער עלעמענט אינעם פּראַקטישן סאָציאַלן לעבן באַהערשט דעם געדאַנק און דעם קיום פֿונעם קאָלעקטיװן ייִדישן צוזאַמענלעבן?… נו, איז האָב איך געזאָגט… און װאָס װײַטער?… ממש גאָרנישט.

אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, װען איך גיב אַ טראַכט, אַז כ’בין פּשוט „פֿאַראורטײלט‟ געװאָרן צו זוכן אַן ענטפֿער אױף דער עלעמענטאַרער פֿראַגע: „װוּ איז דער יושר‟, און פֿאַראורטײלט בין איך געװאָרן נאָך אײדער כ’בין געבױרן געװאָרן, װי אַן אײניקל פֿון אַן אַקטיװן בונדיסט און אַ פּלימעניק פֿונעם רעדאַקטאָר פֿון דער גאָר לינקער ייִדישער צײַטונג „אונדזער פֿרײַנד‟. אַז מע האָט אַזאַ פֿײַנעם ייִחוס־צעטל, קען מען טױזנט מאָל זײַן אַ „היפּי‟ און אַ באָהעמיען, װעט קײן זאַך ניט העלפֿן, דער גענעטישער באַגאַזש װעגט איבער די „נטיה‟ צום רויִקן לעבן און יאָגט אױף די באַריקאַדן, צום קאַמף פֿאַר דער יושרדיקײט און גלײַכגערעכטיקײט. מיט אײן װאָרט, פֿאַר אַ מער גליקלעכער צוקונפֿט פֿאַר אונדזערע קינדער און קינדס־קינדער. און אַז מע האָט ניט קײן כּוח צו האַלטן די ביקס אין די הענט, איז אױך אַ פּען ניט קײן ליאַלקעס־שפּילעכל.

פֿאַר מיר איז קײן ספֿק ניט, אַז עס איז שװער צו געפֿינען אַן אַנדער תּחום אין דער ייִדישער געשיכטע, װאָס איז אַזױ פּײַנלעך און אומיושרדיק אונטערדריקט װי די ייִדישװעלט.

נאָך דעם װי די „פּעלי־ציון‟־באַװעגונג איז באַגאַנגען אַ קינסטלעכן זעלבסטמאָרד און אױף אַזאַ „עלעגאַנטן‟ אופֿן געלאָזט אױף הפֿקר און דערשטיקט דעם י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג, די י. ל. פּרץ־ביבליאָטעק מיט דער ייִדישער ביכערקראָם בײַ דער זײַט, איז געװאָרן גאַנץ קלאָר, אַז די קײט פֿון דער פּאָליטישער ייִדישװעלט איז געבליבן מיט אַן אײן און אײנציקן רינג — מיטן „אַרבעטער־רינג‟. ניט איבעריק איז צו דערמאָנען, אַז דער אײנציקער מענטש, װעלכער האָט געטענהט און געשריִען אױף קולי־קולות און געװאָרנט די ייִדישע װעלט, אַז מיטן פּראָצעס פֿון „פֿאַרפֿירן‟ די „פּעלי־ציון‟־באַװעגונג צוזאַמען מיטן י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג פֿירן אָן מסוכּנע מענטשן, פֿאַר װעלכע ייִדיש איז ניט קײן חיות, נאָר אַ מיטל צו דערגרײכן זײערע פּריװאַטע עגאָיִסטישע אַמביציעס, — דער דאָזיקער אײנציקער מענטש איז געװען פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָװערשטערן. אָבער װער האָט אין די „הױכע פֿענצטער‟ זיך צוגעהערט צו זײַן װײטיקדיקן קלאָגן און התראָות?… די באַאַמטע פֿון כּלערלײ מיניסטעריומס האָבן זיך ממש אױסגעפֿײַפֿט אױפֿן גורל פֿון די שװאַכע, ניט קײן פֿאַראײניקטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, און דערלױבט אױסניצן די, נעבעך, אַלצהײַמערס־קראַנקע אָנפֿירער פֿון דער „פּועלי־ציון‟־באַװעגונג און פֿונעם פּרץ־פֿאַרלאַג, לטובֿת די אַמביציעזע נאַפּאָלעאָנישע פּלענער פֿון אַ זשמענקעלע, מישטײנס געזאָגט, „ייִדיש־טוערס‟.

איך שרײַב דאָס ניט נאָר װײַל מײַן פּערזענלעכער װײטיק איז גרױס, און ניט װײַל איך בין געװען דער ערשטער קרבן פֿון יענעם ניט־אָרנטלעכער שפּיל, נאָר איבער הױפּט, װײַל עס טוט מיר באמת װײ, װען איך זע אין װאָס פֿאַר אַ נעבעכדיקן גײַסטיקן מצבֿ עס געפֿינט זיך די מלוכישע ייִדיש־אינסטאַנץ, און װען איך זע, אַז פֿאַר די געלטער, װאָס זײַנען אַרױסגעװאָרפֿן געװאָרן אױף די אומזיסטע געראַנגלען און געריכטן, װאָלט מען געקענט אױסהאַלטן אין משך פֿון אַ דור אַ לעבעדיקע ייִדיש־קאַטעדרע אין דעם טײַערסטן אוניװערסיטעט אױף דער װעלט.

איך פֿאַרשטײ, אַז עס װעלן זיך געפֿינען פּאַרשוינען װאָס װעלן טענהן, אַז איך װיל פּשוט נקמה נעמען אין יענע מענטשן, װעלכע האָבן מיך דעמאָלט באַזײַטיקט פֿון מײַן פּאָסטן. איך בין זיך מודה, אַז כ’װאָלט עס יאָ געטאָן, װײַל איך זע ניט קײן שלעכטס אין אַ גערעכטן צאָרן. און גלײַך מיט דעם, עס לאָזן מיר זיך אַראָפּ די הענט, װען איך דערמאָן זיך אין אַ ציטאַט פֿונעם גרױסן ייִדישן אױסשפּירער מאָטקע װײַזין, װעלכער האָט געשריבן: „אױב איר װילט באַזיגן אַ פֿאַרברעכער, מוזט איר זיך אױסלערנען די אַלע נבֿלישע שטיקלעך פֿון דער אונטערװעלט און אַפֿילו מאַכן אַן אָנשטעל, אַז איר זענט אײנער פֿון זײ.‟

נו, יאָ, אָט באַלד פֿלי איך… נאָר די אונטערװעלטישע שטיקלעך פֿעלן מיר אױס אױף דער עלטער… און בכלל, עס װײַזט אױס, אַז גערעכט איז געװען מײַן קלוגע באָבע, װען זי פֿלעגט אַ זאָג טאָן אויף איר פּױערישן שטייגער: „ריר ניט אָן דעם טינוף, װעט ניט שטינקען.‟

הײַנט איז קלאָר, אַז דער „אַרבעטער־רינג אין ישׂראל‟ און די „לעבנס־פֿראַגן‟ נײטיקן זיך אין אַ ברײטער ממשותדיקער שטיצע פֿון דער ייִדישװעלט, פֿון די אַלע װױלע מענטשן, פֿאַר װעלכע די טױזנט־יאָריקע קולטור איז ניט בלויז אַן אָביעקט פֿאַר װיסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען, נאָר אױך דער לעבנס־שטײגער, דאָס גאַנצע חיות. די הילף, װעלכע דער „אַרבעטער־רינג‟ און „לעבנס־פֿראַגן‟ באַקומען פֿון בית שלום־עליכם איז ניט גענוג. די צײַטונג נײטיקט זיך אין איבערגעגעבענע זשורנאַליסטן און אין אַ געטרײַען לײענער. װי לאַנג קען אײן מענטש, אַפֿילו אַזאַ „אײַזערנער‟ קעמפֿער, װי יצחק לודען, שלעפּן אױף זײַנע פּלײצעס דעם שװערן זשורנאַליסטישן עול?…

עס איז גאָר װיכטיק, אַז די אַקטיװע ייִדישיסטן זאָלן כאָטש אױף אַ רגע פֿאַרגעסן אין זײערע פּריװאַטע אינטערעסן און פּאָליטישע מחלוקתן. מע דאַרף אױף אַ פּראַקטישן אופֿן העלפֿן אָפּצוהיטן די „לעבנס־פֿראַגן‟, און ברענגען מיט דעם כאָטש אַ ביסעלע מער יושרדיקײט און גלײַכגערעכטיקײט אױף דער צעבלוטיקטער ייִדישװעלט אין ישׂראל. ס’איז דאָך ניט פּשוט „לעבנס־פֿראַגן‟, ס’איז אַ פֿראַגע פֿון לעבן.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading