„די מחותּנים גייען, קינדער‟

"Matchmaker, Matchmaker"

Shutterstock

פֿון טאַליאַ לאַווין (ייִט״אַ)

Published January 10, 2014, issue of January 31, 2014.

אויף דער וועבזײַט „Aish.com‟ פֿון דער פֿרומער קירובֿ־אָרגאַניזאַציע „אש התּורה‟ פֿאַר בעל־תּשובֿות, קאָן מען געפֿינען נישט בלויז תּורה־פּירושים און הלכות, נאָר אויך עצות, ווי אַזוי מיידלעך זאָלן שמועס מיט בחורים, כּדי צו געפֿינען אַ גוטן שידוך. דער נײַער אַרטיקל אויף דער דאָזיקער וועבזײַט, וואָס הייסט „פֿינף זאַכן, וואָס קאָנען אָפּשרעקן אַ מאַן‟, דערקלערט די מיידלעך, ווי אַזוי צוצוציִען דעם אויפֿמערק פֿון די פּאָטענציאַלע חתנים. די מחברים האָבן געזאַמלט די עצות פֿון דרײַ יונגע־לײַט, וועלכע האָבן נישט לאַנג צוריק חתונה געהאַט; ס׳זעט אויס, אַז צוליב דעם, וואָס זיי האָט זיך אײַנגעגעבן צו טרעפֿן אַ שידוך, קאָנען זיי זיך שוין האַלטן פֿאַר גרויסע מומחים אין שדכנות־ענינים.

די ערשטע עצה איז געווען נישט צו פֿירן מיטן בחור קיין וויכּוחים, ווײַל אַ מאַן האָט נישט ליב, ווען אַ פֿרוי איז מיט אים נישט מסכּים. די גלענצנדיקע עצה נומער 5 איז נישט אַרויסצוּווײַזן קיין איבעריקן אינטערעס צו אַ סימפּאַטישן יונגערמאַן, ווײַל מענער האָבן נישט ליב, לויטן אַרטיקל, ווען פֿרויען ווילן זיך טרעפֿן ווידער אָדער צו ווערן באַפֿרײַנדעט אויפֿן „פֿייסבוק‟ נאָך בלויז דרײַ באַגעגענישן.

וואָס נאָך איז שלעכט פֿאַר אַ שידוך־באַגעגעניש? צו קומען אין פּשוטע קליידער און אָן קאָסמעטיק; צו דערציילן צופֿיל וועגן אייגענע אַקאַדעמישע און פּראָפֿעסיאָנעלע דערפֿאָלגן; ווי איינער פֿון די אויסגעפֿרעגטע עצה־געבער האָט דערקלערט, „איך זוך אַ ווײַב, נישט אַ געשעפֿט־שותּף‟; צו אַנטפּלעקן צופֿיל וועגן זיך, בפֿרט וועגן פֿריִערדיקע שידוכים־פּלענער. עס פֿרעגט זיך אַ קשיא: אויב בעת אַ באַגעגעניש איז נישט כּדאַי צו רעדן וועגן סײַ פּערזענלעכע, סײַ פּראָפֿעסיאָנעלע ענינים, דאַרף מען שמועסן בלויז וועגן דער וועטער אָדער סתּם זיצן שטיל, כּדי, חס־וחלילה, נישט אָנצוהייבן אַ דיסקוסיע?

די אַדמיניסטראַציע פֿון דער וועבזײַט האָט שפּעטער פֿאַרשטאַנען, אַז דער עצות־אַרטיקל האָט זיך באַקומען אַ יוצא־דופֿנדיקער און האָט געמאָלדן, אַז געוויסע לייענער האָבן עס „נישט ריכטיק פֿאַרשטאַנען‟. מע האָט עס אַראָפּגענומען מיט אַ דערקלערונג, אַז די צוויי פֿרויען, וועלכע האָבן עס אָנגעשריבן — ראָזי אײַנהאָרן און שערי צימערמאַן — האָבן נישט גענוג גענוי דערקלערט די עצות. פֿונדעסטוועגן, לויט דער שיטה פֿון דער דאָזיקער וועבזײַט, דאַרפֿן די קומענדיקע כּלות קומען אויף זייערע שידוך־באַגעגענישן קונציק אויסגעפּוצט, נישט רעדן צופֿיל און נישט אַרויסווײַזן קיין אינטערעס.

דעם דערמאָנטן אַרטיקל וואָלט מען געקאָנט אָנרופֿן „פֿינף זאַכן, וואָס קאָנען אָפּשרעקן אַ פֿרוי פֿון אַש־התּורהס וועבזײַט‟. מילא. איך, די מחברטע פֿון די שורות, וועלכע האָט געפֿונען אַ שידוך דורכן פּונקט פֿאַרקערטע הנהגות, וואָלט געוואָלט געבן די שידוך־זוכער בלויז איין עצה: פֿירט זיך אויף נאַטירלעך און הערט זיך נישט צו צו נאַרישע עצות פֿון כּלומרשטיקע מומחים.