ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris

הומאָריסט דיאָדאָנע
YouTube
הומאָריסט דיאָדאָנע

פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published January 10, 2014, issue of January 31, 2014.

דער סקאַנדאַליעזער אַרטיסט דיאָדאָנע

די וואָך האָט פֿון דאָס נײַ אויסגעבראַכן אַ גרויסער סקאַנדאַל אַרום דעם אַנטיסעמיטישן הומאָריסט דיאָדאָנע (Dieudonné). וועגן דעם „זשעסט‟ וואָס ער האָט אויסגעטראַכט, די „קענעל‟ (quenelle), וועלכער דערמאָנט אינעם נאַצישן־סאַלוט און איז געוואָרן שטאַרק פּאָפּולער אין די רעכט־ראַדיקאַלע קרײַזן אין פֿראַנקרײַך, האָבן מיר שוין באַריכט מיט עטלעכע וואָכן צוריק. אַזוי ווי דיאָדאָנע איז אַזאַ פּראָוואָקאַטאָר און טראַכט אויס כּסדר אַנדערע אופֿנים צו שאָקירן די עפֿנטלעכע מיינונג, הערט מען איצטער כּסדר וועגן אים אין די נײַעס, און אַלע וויכטיקע צײַטונגען האָבן שוין פּובליקירט אַרטיקלען וועגן זײַנע קונצן.

נאָכדעם ווי דער „קענעל‟־זשעסט האָט געקראָגן אַ שם־רע אין גאַנץ אייראָפּע, האָט אַ פֿראַנצייזישער פֿוסבאַל־שפּילער לעצטנס געמאַכט די דאָזיקע באַוועגונג בשעת אַ פֿוסבאַל־מאַטש אין ענגלאַנד, וווּ ער שפּילט פֿאַר אַן ענגלישן קלוב. איז באַלד צוריק געקומען די צײַט, אַז דיאָדאָנע זאָל דערמאָנט ווערן אין די נײַעס.

פֿראַנקרײַכס אינערן־מיניסטער, מאַנועל וואַלץ (Manuel Valls), האָט געשיקט אַן אָנווײַזונג אַלע בירגער־מײַסטערס און פּאָליציי־פּרעפֿעקטן, רעקאָמענדירדיק, זיי זאָלן פֿאַרווערן די אויפֿפֿירונגען פֿונעם קאָמיקערס נײַעם ספּעקטאַקל “Le mur”, “די וואַנט”. שוין לאַנגע יאָרן, וואָס זײַנע ספּעקטאַקלען אַנטהאַלטן אַלע מאָל אַנטיסעמיטישע רייד און אַפֿילו חורבן־פֿאַרניינונגען, און ער איז עטלעכע מאָל פֿאַראורטלט געוואָרן דורכן פֿראַנצייזישן געריכט אויף אַ זייער הויכער געלטשטראָף.

נישט איין מאָל האָבן די בירגער־מײַסטערס געפּרוּווט אים צו פֿאַרבאָטן אויפֿצוטרעטן אין זיירערע שטעט מיט דער טענה, אַז ס’איז דאָ אַ סכּנה צו צעשטערן די עפֿנטלעכע אָרדענונג. אָבער אַלע מאָל האָט דיאָדאָנע אַפּעלירט צום געריכט און כּמעט תּמיד געוווּנען, ווײַל דאָס געריכט האָט נישט געקענט זײַן זיכער, אַז ס’איז דאָ טאַקע אַזאַ סכּנה; אָן דעם קען מען נישט פֿאַרמײַדן עמעצן זײַן קאָנסטיטוציאָנעלן רעכט זיך פֿרײַ אויסצודריקן.

דאָס מאָל האָט דער מיניסטער וואַלץ געזאָגט די בירגער־מײַסטערס און די פּאָליציי־פּרעפֿעקטן זיי זאָלן זיך אויפֿרופֿן אויף אַן אַמאָליקן באַשלוס פֿון געריכט, וואָס האָט אַ מאָל געטענהט אין אַ געוויסן פֿאַל, אַז אַ שטערונג פֿונעם עפֿנטלעכן סדר מוז נישט זײַן קיין פֿיזישע, נאָר קען אויך זײַן מאָראַליש.

די ערשטע אויפֿפֿירונג פֿונעם נײַעם ספּעקטאַקל האָט געדאַרפֿט זײַן אין נאַנט (Nantes), און דער פּאָליציי־פּרעפֿעקט פֿון שטאָט האָט אים טאַקע פֿאַרווערט. ווי געוויינטלעך, האָט דיאָדאָנע אַפּעלירט צום אַדמיניסטראַטיוון טריבונאַל פֿון נאַנט, און דער טריבונאַל האָט אויך דאָס מאָל באַשלאָסן, אַז די סכּנה איז נישט גענוג קלאָר זי זאָל באַרעכטיקן אַזאַ ראַדיקאַלן שריט. דאָס איז שוין געווען דאָנערשטיק נאָכמיטאָג, עטלעכע קנאַפּע שעה פֿאַרן ספּעקטאַקל.

נאָר דעמאָלט האָט מאַנועל וואַלץ אַליין אַפּעלירט צום Conseil d’Etat, דאָס הייסט, צום מלוכה־ראַט, וואָס איז די העכסטע אַדמיניסטראַטיווע געריכט־אינסטאַנץ אין פֿראַנקרײַך. דער מלוכה־ראַט האָט צום סוף געגעבן דעם אינערן־מיניסטער די דערלויבעניש צו פֿאַרווערן דעם ספּעקטאַקל ממש אין דער לעצטער מינוט.

טויזנטער מענטשן זענען דעמאָלט שוין געשטאַנען פֿאַרן זאַל אין נאַנט און געוואַרט אויפֿן באַשלוס, און ווען זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז דער ספּעקטאַקל וועט נישט פֿאָרקומען, האָבן זיי אָנגעהויבן זינגען אַן אַנטיסעמיטיש ליד פֿון דיאָדאָנע און אויסשרײַען לאָזונגען אים צו שטיצן. צום סוף, האָט דיאָדאָנע געשיקט אַ שליח צום עולם זיי צו בעטן זיך רויִק פֿונאַנדערגיין.

די רעאַקציעס אויפֿן באַשלוס פֿונעם מלוכה־ראַט זענען געווען פֿאַרשיידענע. אי די רעכט־ראַדיקאַלע, ווי למשל, מאַרין לע פּען (Marine Le Pen), די פּרעזידענטקע פֿונעם „פֿראָנט נאַסיאַנאַל‟ (Front national), אי די לינק־ראַדיקאַלע, ווי אָליוויע בעזאַנסאָן (Olivier Besancenot), האָבן אים, אַוודאי, שטאַרק קריטיקירט, זאָגנדיק, אַז ס’איז אַ שווערער פֿאַרשטער אויפֿן מענטשלעכן רעכט פֿון פֿרײַען אויסדרוק. אין אַלגעמיין, האָבן אַלע געמעסיקטע פּאָליטישע שטרעמונגען אונטערגעשטיצט דעם באַשלוס.

ס’איז נישט אין גאַנצן קלאָר, אויב דער באַשלוס וועט ווערן אַ פּרוּוופֿאַל און דערמעגלעכן צו פֿאַרווערן צוקונפֿטיקע אויפֿפֿירונגען. ס’איז אויך נישט קלאָר, וואָס וועט זײַן מיט די געלטשטראָפֿן, וואָס דיאָדאָנע דאַרף באַצאָלן דער מלוכה. ביז איצטער האָט ער אַ חובֿ פֿון אַן ערך 65 טויזנט אייראָ.

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.