דעם 1טן יאַנואַר זײַנען צוויי לענדער, רומעניע און בולגאַריע, געוואָרן אין גאַנצן מיט די לײַטן גלײַך. תּחילת, אין יאָר 2007, ווען מע האָט זיי אַרײַנגעלאָזט אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, זײַנען אייניקע מיטגלידער-וועטעראַנען — דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און גרויס-בריטאַניע בתוכם, געווען פֿאָרזיכטיק מיט געבן זיי גלײַך אַלע רעכט. בפֿרט, האָט מען די בירגער פֿון אָט די צוויי לפֿי-ערך אָרעמע מדינות ניט דערלויבט צו מיגרירן אַזוי פֿרײַ, ווי עס איז דערלויבט צו טאָן די בירגער פֿון אַנדערע מדינות פֿון דער פֿאַראייניקונג.
דאָס איז דאָך איינער פֿון די וויכטיקסטע פּרינציפּן פֿון דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע. למשל, אַ פֿראַנצויז מעג קומען קיין לאָנדאָן צי בערלין, זיך פֿרײַ באַזעצן דאָרטן און אַרבעטן פּונקט אַזוי, ווי אַ היגער בירגער. מיט די רומענער און בולגאַרן, אָבער, האָט מען באַשלאָסן אין די ערשטע יאָרן זיך אויפֿצופֿירן אַ ביסל אַנדערש: קומט, אָבער קריגט קודם אַ דערלויבעניש, טאָמער איר ווילט זיך באַזעצן.
איצט ווערן די דאָזיקע באַגרענעצונגען אָפּגעשאַפֿן, און דאָס האָט פֿאַרשפּרייט ממש אַ פּאַניק, בפֿרט אין ענגלאַנד. דאָרטן געדענקט מען זייער גוט, אַז ווען די גרענעצן זײַנען געעפֿנט געוואָרן פֿאַר די פּאָליאַקן, האָט מען דערוואַרט אין גאַנצן 13 טויזנט מיגראַנטן. אָבער געקומען זײַנען הונדערטער טויזנטער. דער סוף איז, אַז פּויליש איז געוואָרן די צווייטע, לויט דער צאָל רעדערס, שפּראַך אין לאַנד. אומעטום זעט מען פּוילישע קראָמען. און אַפֿילו אין די געוויינטלעכע סופּערמערק האָבן זיך באַוויזן פּאָליצעס מיט פּוילישע געריכטן. דערווײַל, קלאָגט מען זיך, אַז די פּאָליאַקן האָבן צוגענומען אַרבעט בײַ די „עכטע‟ ענגלענדער, און שווערער געמאַכט די לאַסט פֿאַר דער סאָציאַלער סיסטעם, בפֿרט פֿאַר די שפּיטאָלן.
אמת, מע זאָגט אויך, אַז די פּאָליאַקן אַרבעטן זייער שווער און ברענגען אַ סך נוצן דער בריטישער עקאָנאָמיע. דאָך, איז פֿאַרבליבן אַ מורא פֿאַר אַ נײַער אינוואַזיע, בפֿרט נאָך, אַז דער פּוילישער סטערעאָטיפּ איז פֿון דעסטוועגן בעסער פֿון דעם רומענישן. די בריטישע פּרעסע ברענגט סטאַטיסטיק, וואָס שרעקט דעם עולם. למשל, אין לאָנדאָן איז פֿאַראַיאָרן יעדער צווייטער אַרעסטירטער בעטלער געווען אַ רומענישער, און אַ דריטל קעשענע-גנבֿים האָבן געשטאַמט פֿון יענע מקומות.
באַזונדערס ציטערט מען פֿאַר די רומענישע (און ניט נאָר רומענישע) ציגײַנער. מע טענהט, אַז שוין הײַנט זײַנען דאָ אין ענגלאַנד טויזנטער אַזעלכע מיגראַנטן, וועלכע זײַנען געקומען פֿון מיזרח-אייראָפּע, וווּ מע האַלט זיי פֿאַר בירגער פֿון אַ צווייטן סאָרט. ס‘רובֿ פֿון זיי האָבן קיין שום בילדונג ניט, אַזוי אַז זיי קענען זוכן נאָר אַן אַרבעט, וועלכע פֿאָדערט ניט קיין קוואַליפֿיקאַציע. פֿרויען סטאַרען זיך, אַ שטייגער, צו געפֿינען אַ מעגלעכקייט צו אַרבעטן ווי אויפֿראַמערינס, און מענער — ווי שוואַרצאַרבעטער. אַ היפּש ביסל פֿון זיי געפֿינען גאָרנישט און ווערן, אין בעסטן פֿאַל, בעטלערס. אין ערגסטן פֿאַל, גיסן זיי זיך אַרײַן אין דער קרימינעלער וועלט.
אין דער אמתן, זײַנען די ציגײַנער נאָר אַ קליינער חלק פֿון דער רומענישער און בולגאַרישער באַפֿעלקערונג. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דער גרעסטער טייל פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע מיגראַנטן, ציגײַנערשע צי ניט-ציגײַנערשע, קומען ניט צו גנבֿענען, נאָר צו געפֿינען עפּעס אַן אַרבעט. צווישן די מיגראַנטן זײַנען דאָ אויך גוט-קוואַליפֿיצירטע לײַט, אַזוי אַז אין בולגאַריע און רומעניע איז פֿאַרשפּרייט גאָר אַן אַנדער מורא, אַז עס וועלן אַוועקפֿאָרן די פֿעיִקסטע; און אַ סך פֿון די בעסטע זײַנען שוין אַוועקגעפֿאָרן. זיי האָבן געקראָגן די דערלויבענישן, וועלכע עס האָבן זיך געפֿאָדערט אין די פֿריִערדיקע יאָרן.
דערווײַל זעט מען ניט קיין שום אינוואַזיע, כאָטש זי קען נאָך קומען, פֿאַרשטייט זיך, אַ ביסל שפּעטער. מע זאָגט אַרויס אַ מיינונג, אַז דער עולם, וואָס האָט געוואָלט זיך לאָזן אין וועג אַרײַן, האָט עס בדרך-כּלל שוין געהאַט געטאָן אין די פֿריִערדיקע יאָרן. צווישן די בריטישע עקאָנאָמיסטן און געשעפֿטלײַט איז די שטימונג דווקא אַזאַ: זאָלן זיי, די רומענער און די בולגאַרן, קומען, ווײַל דאָס וועט סטימולירן די עקאָנאָמיע. דערצו וועלן קומען, דער עיקר, יונגע מענטשן, אַזוי אַז קיין גרויסע צוגאָב-קאָפּווייטיקן וועלן זיי דער מעדיצינישער סיסטעם ניט ברענגען.
דער ענין פֿון מיגראַציע איז זייער אַ וויכטיקער אין גרויס-בריטאַניע, ווײַל מע קלײַבט זיך דורכפֿירן אַ רעפֿערענדום וועגן דער ווײַטערדיקער מיטגלידערשאַפֿט פֿון לאַנד אין דער פֿאַראייניקונג. אַ „רומעניש-בולגאַרישע אינוואַזיע‟ וואָלט געקענט בײַטן דעם באַלאַנס פֿון מיינונגען, פֿון דעם, ווי אַזוי דער עולם וועט שטימען. דער באַלאַנס אין דער אָדער יענער זײַט וועט זײַן אָפּהענגיק אויך, צי אַפֿילו דער עיקר, פֿון דעם אַלגעמיינעם עקאָנאָמישן מצבֿ, וועלכער איז אין ענגלאַנד איצט רעלאַטיוו ניט קיין שלעכטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.