די קאַפּעליע „לאָנדאָנער קלעזמער פֿיר‟, אַלע פֿרויען, באַזוכט אויסטראַליע איצט צום דריטן מאָל, און טרעט אויף אין טאַסמאַניע, ניו־סאַוט וויילס, קווינסלאַנד, וויקטאָריע און אין דער הויפּט-שטאָט, קאַנבערע. דרײַ פֿון די מוזיקער זײַנען פֿון ענגלאַנד, אָבער די שפּילערין אויפֿן קאָנטראַבאַס איז אַן אויסטראַליער, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין לעטלאַנד. די קאַפּעליע שפּילט אָריגינעלע לידער און אויך לידער פֿון משה בערעגאָווסקיס אַרכיוו, וואָס איז געזאַמלט געוואָרן אין אוקראַיִנע במשך פֿון די 1930ער יאָרן. אַלע האָבן געמיינט, אַז דער אַרכיוו איז חרובֿ געוואָרן בשעתן חורבן, אָבער טיילן דערפֿון זײַנען אַנטדעקט געוואָרן אין דער קיִעווער ביבליאָטעק אויף ווערנאַדסקיס נאָמען, אין די 1990ער יאָרן. די קאַפּעליע האָט אַרויסגעלאָזט אַ קאָמפּאַקטל, וואָס הייסט, „באַטערפֿילד גרין, נאָרט 16‟, בעת איר לעצטער אויסטראַלישער טורנע.
דער ייִדישער מוזעום פֿון אויסטראַליע, וואָס געפֿינט זיך אין מעלבורן, אָרדנט אײַן אַן אָפֿענעם טאָג, ווען די באַזוכער וועלן נישט דאַרפֿן באַצאָלן קיין אײַנטריט-געלט, דאָנערשטיק דעם 16טן יאַנואַר, לכּבֿוד ט”ו בשבֿט. עס וועלן פֿאָרקומען ספּעציעלע אַקטיוויטעטן פֿאַר קינדער און פֿאַר דערוואַקסענע, מיטן טראָפּ אויף גערטנערײַ און קונסט.
הרבֿ אַבֿרהם זאַקס און די טורעק־שיל אין מעלבורן האָבן אונטערגעשריבן אַ פֿינף־יאָריקן קאָנטראַקט מיט דרײַ יאָר צוריק, אָבער די גבאים האָבן געמאָלדן די מתפּללים די פֿאָריקע וואָך, אַז דער רבֿ פֿאַרלאָזט די שיל נאָך דרײַ יאָר, אָן אַ פֿאַרוואָס און אָן אַ פֿאַרווען. די שיל איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1847 און האָט 1300 מיטגלידער. הרבֿ זאַקס איז געבוירן געוואָרן אין דרום-אַפֿריקע. ער האָט געדינט כּמעט 12 יאָר בײַ אַ מאָנטרעאַלער שיל, איידער ער איז געקומען קיין אויסטראַליע אין 2010.
דער מעלבורנער רעפֿאָרם־טעמפּל „בית־אל‟ וועט זײַן דער גאַסטגעבער פֿאַר אַ ספּעציעלן שבת לכּבֿוד לעזביאַנקעס, האָמאָסעקסואַליסטן, ביסעקסואַליסטן און טראַנס-געשלעכטישע ייִדן. ראַבײַ גרשון לאַזאַראָוו האָט אונטערגעשטראָכן, אַז עס איז זייער וויכטיק, אַז אַלע ייִדן זאָלן זיך פֿילן ווי בײַ זיך אין דער היים, ווען זיי קומען אַרײַן אין שיל.
אַ סיכסוך האָט זיך אַנטוויקלט צווישן דעם אייגנטימער פֿון אַ כּשרן רעסטאָראַן אין סידנעי און דעם סידנעיער ועד-הכּשרת, צוליב פֿלייש, וואָס האָט אַ מעלבורנער הכשר. דער סידנעיער ועד טענהט, אַז פֿלייש, וועמענס הכשר איז פֿון אַ צווייטער שטאָט, איז טרייף אין סידנעי. דער סיכסוך האָט זיך אָנגעהויבן אינעם רעסטאָראַן און האָט ממשיך געווען אויף דער גאַס פֿאַרן רעסטאָראַן. פֿאָרשטייער פֿונעם סידנעיער ועד־הכּשרת האָבן אָנגעזאָגט די זשורנאַליסטן, אַז דעם ענין האָט מען איצט דערליידיקט.
הרבֿ מאַרקוס סאָלאָמאָן איז איינער צווישן די פֿינף אויסטראַלישע אַדוואָקאַטן, וועלכע זײַנען באַשטימט געוואָרן ווי אָפֿיציעלע אַדוואָקאַטן פֿון דער שטאָטישער רעגירונג בײַ דעם מערבֿ־שטאַט אויסטראַליע. דאָס איז צום ערשטע מאָל, וואָס אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ האָט באַקומען אַזאַ הויכן לעגאַלן סטאַטוס אין אויסטראַליע. הרבֿ סאָלאָמאָן איז אַ גראַדואַנט פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה און איז אַ מיטגרינדער פֿון דעם בית־המדרש פֿון מערבֿ־אויסטראַליע, „אינק‟. ער האָט אונטערגעשטראָכן, אַז דער כּבֿוד וואָס איז אים צוגעטיילט געוואָרן, ווײַזט, אַז מע קען דערגרייכן אָנערקענונג גלײַכצײַטיק אין דער פֿרומער וועלט און אין דער עפֿנטלעכער וועלט.
מאַרטין מאַען, אַ פֿערטער ייִד, איז געפֿאָרן קיין האָלאַנד אין איינעם מיט זײַן משפּחה, כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד צען חסידי־עומות־העולם, וועלכע האָבן אויסגעהאַלטן און באַהאַלטן זיין מוטער, עריקאַ דין מאַען, צווישן די יאָרן 1942 און דער באַפֿרײַונג. העכער 50 מענטשן זײַנען בײַגעווען בײַ דער צערעמאָניע, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורכן „יד-ושם‟ און דער לאָקאַלער ישׂראל־אַמבאַסאַדע דעם צענטן דעצעמבער. פֿרוי מאַען, איר מאַן און מאַרטין האָבן זיך באַזעצט אין אויסטראַליע נאָכן חורבן. מאַרטין אַליין איז געבוירן געוואָרן אין האָלאַנד אין 1949. שוין 24 יאָר ווי ער פֿאָרשט אויס, ווי אַזוי זײַן מאַמע האָט באַוויזן איבערצולעבן דעם חורבן אין האָלאַנד. ער איז אינטערוויויִרט געוואָרן אויף דער האָלענדישער טעלעוויזיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.