ווען אַ גרופּע ישׂראלים, וואָס וווינען אין ריווערדייל, אַ ראַיאָן פֿון דער בראָנקס, האָט געוואָלט אָנצינדן אַ גרויסן שײַטער לכּבֿוד ל״ג־בעומר, מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט עס פֿאַרחידושט די אָרטיקע ייִדן. אין ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדישע קהילות איז דער עולם נישט באַקאַנט מיט אַזאַ מינהג. די „העברעיִשע אַסאָציאַציע פֿון יונגע מענער און פֿרויען‟ אין ריווערדייל האָט אויסגעליידיקט דעם פּאַרקיר־פּלאַץ, באַקומען אַ דערלויבעניש אָנצוצינדן אַ פֿײַער און אַ שטיצע פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿעדעראַציע. אין מײַ 2010, האָבן די ריווערדיילער ייִדן צום ערשטן מאָל געפּראַוועט ל״ג־בעומר מיט אַ „הדלקה‟. זינט דעמאָלט, איז עס אָנגענומען געוואָרן ווי אַ פּאָפּולערער מינהג אין זייער קהילה.
הדס עודד, וועלכער פֿירט אָן מיט דער ישׂראלדיקער יוגנטלעכער פּראָגראַם אין ריווערדייל, האָט דערציילט, אַז די ישׂראלים שפּילן אַלץ אַ גרעסערע ראָלע אינעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן. מיט צען יאָר צוריק, האָבן די אימיגראַנטן פֿון ישׂראל זיך געהאַלטן אָפּגעזונדערט פֿון די אָרטיקע ייִדן און בלויז פֿון צײַט צו צײַט אָרגאַניזירט פֿאָלק־טענץ. די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אויף זיי אָנגעקוקט ווי אויף אַ פֿרעמדער חבֿרה.
איצט ווערן די ישׂראלדיקע אימיגראַנטן אַ נאַטירלעכער טייל פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילות. זיי שעמען זיך ווייניקער מיט דעם, וואָס זיי זענען „יורדים‟, און די קהילה־אָרגאַניזאַציעס שטיצן זיי, כּדי זיי זאָלן זיך מער אינטערגרירן אינעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן. דוד מלאך, דער פֿאַרוואַלט־דירעקטאָר פֿון דער „קאָמיסיע פֿאַר ייִדישן פֿאָלק‟ בײַ דער ניו־יאָרקער „UJA‟־פֿעדעראַציע, וועלכער העלפֿט צו אָרגאַניזירן אַ סך פּראָגראַמען פֿאַר די ישׂראלדיקע אימיגראַנטן, האָט דערקלערט, אַז זיי זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקן עלעמענט אינעם אָרטיקן קהילה־לעבן.
אין אַ ריי אַמעריקאַנער שילן און קהילה־צענטערס ווערן כּסדר דורכגעפֿירט ספּעציעלע פּראָגראַמען אויף העברעיִש, אָריענטירט אויפֿן וועלטלעכן ישׂראלדיקן עולם. לויט דעם באַריכט פֿונעם דעמאָגראַפֿישן פֿאָרש־צענטער „פּיו‟, זענען בלויז בערך 4 פּראָצענט אַמעריקאַנער ייִדן — אַרום 300,000 נפֿשות — געבוירן געוואָרן אין ישׂראל אָדער דערצויגן געוואָרן אין ישׂראלדיקע משפּחות. דער „ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער ראַט‟, מיטן צענטער אין לאָס־אַנדזשעלס, האַלט אָבער, אַז אין אַמעריקע וווינען אַ סך מער ישׂראלים — ביז 800,000. די אָרגאַניזאַציע גלייבט, אַז ווײַט נישט אַלע אימיגראַנטן פֿון ישׂראל באַטייליקן זיך אין די דעמאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען.
ס׳רובֿ ישׂראלדיקע אימיגראַנטן וווינען אין ניו־יאָרק און דער אַרומיקער געגנט, ווי אויך אין קאַליפֿאָרניע. מלאך האָט דערקלערט, אַז מע קאָן אײַנטיילן די ניו־יאָרקער ישׂראלים אויף פֿינף הויפּט־גרופּעס: די פֿרומע תּושבֿים פֿון חרדישע קוואַרטאַלן; די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן; די געבילדעטע וועלטלעכע ישׂראלים, וועלכע זענען קאָנצענטרירט אין מאַנהעטן; בעלי־בתּים פֿון קליינע געשעפֿטלעך; שעפֿערישע לײַט, וואָס אַרבעטן אין די שטאָטישע טעאַטערס און קונסט־ערטער.
אַ סך ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן אויך געוווינט אין ישׂראל, קענען העברעיִש און זענען ישׂראלדיקע בירגער. זיי וווינען, אָבער, על־פּי־רובֿ, אין די רוסיש־שפּראַכיקע געגנטן און האַלטן זיך נישט, געוויינטלעך, פֿאַר ישׂראלים. שען עווענהײַם, דער פֿאָרזיצער פֿונעם לאָס־אַנדזשעלעסער „ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער ראַט‟, האָט דערקלערט, אַז אַ סך ישׂראלים ווילן זיך נישט אַמעריקאַניזירן. זײַענדיק געבוירן מיטן נאָמען שרון אבֿן־חיים, האָט דער 47־יאָריקער געשעפֿטסמאַן דערציילט, אַז ער האָט געביטן זײַן נאָמען, כּדי עס זאָל קלינגען מער פֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַן ענגליש־רעדנדיקן מענטש. פֿונדעסטוועגן, האַלט ער, אַז די ישׂראלים קאָנען נישט ווערן סתּם אַמעריקאַנער און וועלן ווײַטער בלײַבן אַ באַזונדערע גרופּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.