שפּראַך־קאָנפֿערענץ קריטיקירט ישׂראל

Language Conference Censures Israel

פּראָפֿ׳ סאַמער אַלי פֿירט אָן מיט אַ פּאַנעל, וואָס שטיצט אַ ישׂראל־בויקאָט, דעם 10טן יאַנואַר, בעת דער MLA־קאָנפֿערענץ
MENACHEM WECKER
פּראָפֿ׳ סאַמער אַלי פֿירט אָן מיט אַ פּאַנעל, וואָס שטיצט אַ ישׂראל־בויקאָט, דעם 10טן יאַנואַר, בעת דער MLA־קאָנפֿערענץ

פֿון מנחם וועקער (Forward)

Published January 15, 2014, issue of January 31, 2014.

שיקאַגע. — אויף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער „מאָדערנער שפּראַך־אַסאָציאַציע‟ (MLA), זענען פֿאָרגעקומען אַ ריי לעקציעס און דיסקוסיעס אויף ייִדישע טעמעס — וועגן פֿיליפּ ראָט, דער ייִדישער שפּראַך, שלום־עליכם, ספֿרדישע פֿילמען, ייִדישע מאָנסטערס, ציוניזם און דער חורבן־ליטעראַטור.

אָבער די איינציקע ייִדישע טעמע, וואָס האָט פֿאַרכאַפּט דעם אינטערעס פֿון ס׳רובֿ באַטייליקטע איז געווען אַ ריי סעסיעס, וואָס האָט קיין שײַכות נישט געהאַט צו שפּראַך אָדער ליטעראַטור, נאָר וועגן דער פֿראַגע, צי די אַקאַדעמיקער זאָלן אויסדריקן אַ שטעלונג וועגן דער פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל, וואָס איז חל אויף זייערע קאָלעגן.

נאָך אַ לאַנגער דיסקוסיע, האָבן די MLA־דעלעגאַטן געמאָלדן, אַז זיי וועלן נישט בויקאָטירן ישׂראל, אַזוי ווי עטלעכע קלענערע אַקאַדעמישע גרופּעס האָבן געוואָלט, אָבער עפֿנטלעך קריטיקירט ישׂראל פֿאַר דעם אופֿן, ווי זי באַציט זיך צו די אַקאַדעמיקער, וועלכע זוכן אַרבעט אויפֿן אָקופּירטן מערבֿ־ברעג.

„ישׂראל האָט נישט דערלויבט די אַקאַדעמיקער פֿונעם פּאַלעסטינער אָפּשטאַם צו פֿאָרן אויפֿן מערבֿ־ברעג, און דערבײַ האָט זי באַגרענעצט די אַקאַדעמישע פֿרײַהייט פֿון אַקאַדעמיקער און לערער, וועלכע זענען אַמעריקאַנער בירגער,‟ איז געשטאַנען אין דער רעזאָלוציע, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט דעם 11טן יאַנואַר. „דאָס האָט זיכער געשאַט דאָס לערנען, פֿאָרש־אַרבעט און די פּלאַנירונג פֿון אַקטיוויטעטן אין די פּאַלעסטינער אוניווערסיטעטן.‟

די רעזולטאַטן פֿון דער אָפּשטימונג זענען געווען גאַנץ נאָענט: 60־53, הגם די דעלעגאַטן זענען געווען בלויז אַ קליינע פֿראַקציע פֿון די 7,500 MLA־מיטגלידער, וועלכע זענען בײַגעווען אויף דער קאָנפֿערענץ. די רעזאָלוציע ווערט איצט געבראַכט צו דער עקזעקוטיווע פֿון דער MLA, וואָס דאַרף באַשליסן, צי מע זאָל עס אָפּוואַרפֿן, אָדער רעדאַקטירן און צוריקשיקן צו דער דעלעגאַטן־אַסעמבלעע, אָדער עס ברענגען צו דער גאַנצער מיטגלידערשאַפֿט, 28,000 מענטשן, פֿאַר אַ פֿולער אָפּשטימונג.

קאַרי נעלסאָן, אַן ענגליש־פּראָפֿעסאָר פֿונעם אילינויער אוניווערסיטעט און אַ געוועזענער פּרעזידענט פֿון דער „אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון אוניווערסיטעט־פּראָפֿעסאָרן‟, זאָגט, אַז די MLA ווייסט גאָרנישט וועגן פּאָליטיק. „זיי זענען ווי קינדערלעך אין וואַלד,‟ האָט ער באַמערקט.

ראָסל בערמאַן, אַ געוועזענער פּרעזידענט פֿון דער MLA, האָט געזאָגט, אַז אַ סך רעזאָלוציעס ווערן סײַ־ווי נישט דורכגעפֿירט, ווײַל זיי פֿאָדערן אַ מינימום־באַטייליקונג פֿון 10% פֿון דער מיטגלידערשאַפֿט. „אַ סך פֿון די מיטגלידער האָבן פּשוט נישט קיין שטאַרקע געפֿילן וועגן דעם ענין,‟ האָט ער געזאָגט.

פֿון דעסטוועגן, איז יאָ דאָ אַן אַקטיווע גרופּע אַקאַדעמיקער, וואָס וויל דורכפֿירן אַ ישׂראל־בויקאָט. סאַמער אַלי, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון „מיטל־מיזרח שטודיעס‟ אינעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט, און אַ מיטגליד פֿון דער MLA־עקזעקוטיווע, האָט בעת דער קאָנפֿערענץ אָנגעפֿירט מיט אַ פּאַנעל, וואָס שטיצט דאָס בויקאָטירן און אײַנפֿירן סאַנקציעס קעגן ישׂראל. די סעסיע האָט צוגעצויגן אַרום 150 מענטשן — צען מאָל אַזוי פֿיל מענטשן ווי אַ סך פֿון די אַנדערע 800 סעסיעס אין דער 4־טאָגיקער קאָנפֿערענץ. צווישן די פּאַנעליסטן זענען געווען אָמאַר באַרגוטי — אַ גרינדער פֿון דער באַוועגונג צו בויקאָטירן ישׂראל, און דייוויד לויד — אַ פֿירער פֿון דער „אַמעריקאַנער קאַמפּאַניע פֿאַר אַן אַקאַדעמישן און קולטורעלן בויקאָט פֿון ישׂראל‟. קיינער אויפֿן פּאַנעל איז נישט געווען קיין קעגנער פֿון דער בויקאָט־באַוועגונג.

אַ קאָנטער־פּאַנעל, דורכגעפֿירט פֿון אַ גרופּע שטיצער פֿון ישׂראל, איז פֿאָרגעקומען אַריבער דער גאַס פֿון דער MLA־סעסיע, אָבער האָט בלויז צוגעצויגן אַרום 60 מענטשן.

מײַקל קאָצין, אַן עצה־געבער בײַם פּרעזידענט פֿון דער „ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון דער שיקאַגער געגנט‟, האָט געזאָגט, אַז ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די אַנטי־ישׂראל רעזאָלוציע האָט נישט גערופֿן צו אַ בויקאָט — מסתּמא, ווײַל זיי האָבן אַליין פֿאַרשטאַנען, אַז זיי וואָלטן נישט געקראָגן גענוג שטיצע דערפֿאַר. קאָצין האָט אָבער אויך קריטיקירט אַ טייל פֿונעם פּראָ־ישׂראלדיקן לאַגער פֿאַר זייער צוגאַנג צום גאַנצן ענין.

„אונדזער קהילה דאַרף זיך היטן, ווי אַזוי מיר זעען זיך אַליין און ווי אַזוי מיר רעדן וועגן זיך אַליין,‟ האָט ער געזאָגט. „מיר זענען נישט קיין ׳אונטערדריקטע׳, טאָ לאָמיר אויפֿהערן צו רעדן אַזוי. ס׳איז נישט קיין עפֿעקטיווער מיטל צו דערגרייכן אונדזערע צילן.‟