מיר האָבן ליב צו האַסן

We Love to Hate


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 16, 2014, issue of January 31, 2014.

די מענטשלעכע נאַטור איז אַזאַ, וואָס מער מ’גריבלט זיך אין איר אַרײַן, אַלץ מער דערגייט מען אירע חסרונות, וואָס איינע פֿון זיי איז די באַדערפֿעניש צו האַסן אָדער עפּעס אָפּצוטאָן עמעצן אויף טערקיש. צווישן די האַס־אַטריבוטן געפֿינען זיך אַזעלכע צאַצקעס ווי קינאה, שׂינאה און אַ סך מאָל פֿאַרוואַנדלט זיך ליבע אין אַ גלײַכגילטיקן האַס.

שנאה איז אומשטערבלעך, אַן אייביקייט. די צײַט האָט אויסגעשניצט אין דער מענטשלעכער נאַטור האַרץ־קלעמענישן, ווייטיקן, אַנטוישונגען, יסורים, פּײַן, טרערן, קרעכצן און אָכצן, אָפּטאָן יענעם אויף צו להכעיס. דער פֿאַרגעניגן פֿון האַס איז אַ פֿאַרסמטע מויז, זי פֿאַרצערט דעם מאַרעך־ביין פֿון וווילטעטיקע אָרגאַניזאַציעס, פֿון אַלע רעליגיעזע ריכטונגען, פֿאַרוואַנדלט זיי צומאָל אין פֿאַנאַטישן אויפֿברויז, און לאָמיר זיך נישט נאַרן, פּאַטריאָטיזם אין אַ פֿאַלשער און פֿאַרשטעלטער, אַזוי־גערופֿענער “העלדישקייט.”

די אַמאָליקע קאַניבאַלן פֿלעגן פֿאַרברענען זייערע שׂונאים און מאַכן פֿון זיי קרעפּל־פֿלייש. בײַ די מאָדערנע רעליגיעזע פֿאַנאַטיקער, וועלכע באַזירן זייער האַס אויף יענע וואָס שטימען נישט אײַן מיט זיי, און האַלטן נישט פֿון זייערע דאָקטרינען, טוען אַ סך מאָל דאָס אייגענע, נאָר אַנדערש געשלײַערט, קומט זיי דערפֿאַר וואָס אין קאָרט שטייט. די פֿאַרשיידענע עדות, שיטות, אמונות, ראַנגלען זיך מיט דער פֿרײַער וועלט, גרייט צו פֿאַרצוקן, זיי צילעווען זיך כּסדר אויף יענע וואָס שטימען נישט אײַן מיט זייער גלויבן און זייערע שיטות, און טרעפֿן פֿון צײַט צו צײַט אין זייער ציל.

מיר זײַנען עדות צו די שחיטות אין סודאַן, איראַק, אַפֿגאַניסטאַן, טשעטשניע און פֿאַרשיידענע אויסברוכן איבער דער וועלט. דער פֿאַנאַטישער סם האָט אַרומגעכאַפּט כּמעט דעם גאַנצן אַפֿריקאַנער קאָנטינענט און איך האַלט זיך אָפּ פֿון דערמאָנען דעם אויסברוך פֿון אונדזער אומקום אינעם חורבן און דעם גענאָציד אין רוואַנדאַ. מיר האַסן אַלטע מיינונגען, צומאָל אַלטע טיראַנען, אַלטע אידעאָלאָגיעס און פּאַטריאָטיזמען, אַלטע פּאָליטיק, אַלטע פֿרײַנטשאַפֿטן, אַלטע ביכער וועלכע מיר האָבן פֿאַרגעטערט, יענעמס כאַראַקטער־שטריכן און צום סוף זיך אַליין.

עס קומט אויס אַז די מענטשלעכע געשיכטע איז אײַנגעווייקט אין בייז־בלוט, און איידער דאָס בלוט קען גליווערן, קומט אונטער אַ נײַע פּגימה, אַ נײַע צרה און מיר הייבן אָן פֿון אויפֿסנײַ דאָס קאַפּיטל האַס. אַ חוץ דעם פֿאַרטשאַדעט מען זיך מיט געלט, ליבע און מאַכט. יעדער איינער פֿון אונדז האָט זיכער געליטן פֿון יענע אָנשיקענישן אפֿילו ווען מען וויל עס נישט מודה זײַן.

אַ פּאָר בײַשפּילן: דער שכן קעגן איבער דער גאַס האָט זיך אײַנגעהאַנדלט אַ נײַעם, ערשט פֿון דער נאָדל אַוועק, נײַעם אויטאָ — קרעקט אונדז צו געבן אים אַ קאָמפּלימענט, ווײַל אין אייגענעם גאַראַזש כאָליעט אונדזער אָפּגעבליאַקעוועטע קאַטערינקע און מוז יעדן מיטוואָך און דאָנערשטיק אָפּשטאַטן אַ וויזיט בײַם מעכאַניקער אויף אונטערזוכונג.

אַ צווייט מאָל דערוויסט מען זיך, אַז אַ גוטער פֿרײַנד האָט געוווּנען אויף דער לאָטעריע. פֿרעסט מען זיך אויף, פֿאַרוואָס ער און נישט איך, כ’בין פּונקט אַזאַ מורינו ווי ער. יענער שיקט זײַנע קינדער אין אַ פּריוואַטער שול און מײַנע מאַטערן זיך נעבעך אין דער “פּאַבליק־סקול” (פֿאָלקס־שול). דער שכנטעס טאָכטער האָט געפֿונען אַ חתן אַ דאָקטער און מײַנע ווערט כסדר בראַקירט.

אַן אַנדער צרה איז מאַכט. זיכער, ווער עס זיצט אויפֿן בענקל, דער לעקט אָפּ אַ ביינדל. יענעמס שנור איז אַ מענטש און מײַנע — אַ שלאַנג. דער מחותן האָט אָפּגעשריבן זײַן ירושה פֿאַרן ייִנגסטן זון, און נישט פֿאַר מיר, געוואַלד און געשריגן. ווי קומט צו איר צו טראָגן קליידער וואָס זי קויפֿט אײַן אין “נימאַן מאַרקוס,” “לאָרד ענד טיילאָרס” אָדער “בלומינגדיילס”? פֿון וואַנען קומט צו זיי אַזאַ אפּותיקא וואָס זיי קענען זיך פֿאַרגינען אַ הויז אין שטאָט און אַ דאַטשע אין די בערג? קענסט אים נישט, ער וועט אַפֿילו דערגיין צום פּויפּסט אויף צו קריגן די שטעלע. דער פּאַסקודניאַק איז פֿעיִק אונטערצושטעלן יענעם אַ פֿיסל, צייכנט זיך אויס אין וואַרפֿן אים שטיינער אין וועג אַבי צוצוקומען צו דער גינסטיקער פאָזיציע.

ליבע פֿרײַנט, ווי איר זעט, זײַנען מיר נישט אַרויסגעוואַקסן פֿון אונדזערע טונקעלע כאַראַקטער־שטריכן מיט וועלכע מיר זײַנען פּאַני־בראַט טאָג־טעגלעך. וויפֿל פֿון אײַך טראָגן זיך אַרום מיט עגמת־נפֿש־געפֿילן קעגן יענע וואָס שטייען אײַך אין וועג? וויפֿל בענקל־קוועטשער האָט איר געקענט וועלכע האָבן פֿאַרנומען הויכע שטעלעס, מיט סעקרעטאַרקעס און טעלעפֿאָנען און כּסדר זיך געהיט די שקורע (הויט) נישט צוצולאָזן אַ פֿעיִקן מענטשן אויף אַ שטעלע וואָס האָט זיך אויסגעליידיקט, ער אָדער זי קען חלילה צולקחנען זײַן בענקל.

אין מײַן שרײַבער־פֿאַראיין דאָ אין פֿלאָרידע, שרײַבט איינער אַ דאָקטער, ווי אַזוי דאָס לעבן האָט זיך אַנטוויקלט מיט מיליאָנען יאָרן צוריק פֿון איין נוקלעאַרן צעל, ווי אַזוי עס האָט זיך געשפּאָלטן און זיך גענומען כּפֿלען ביז עס האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אונדז. די מעדיציניש פֿאַרכּישופֿטע בוכהאַלטעריע באַווײַזט נסים ונפֿלאות מיט נאָכקאָפּירן און איבער באַשאַפֿן אַ נײַ וועזן אין די לאַבאָראַטאָריעס פֿון וויסנשאַפֿט. זאָג איך דעם פֿרײַנד דאָקטער: איך האָב גאָרנישט אַנטקעגן די וויסנשאַפֿטלעכע דערפֿינדונגען, איך האָב נאָר איין פֿאַרלאַנג, אפֿשר קענען די וויסנשאַפֿטלער באַשאַפֿן אַ וועזן אָן די אַלע שוואַכקייטן וואָס מיר פֿאַרמאָגן, דער עיקר קינאה, שׂינאה און ברוטאַליטעט.”

פֿון קליינווײַז אָן הערט מען זיך אָן מיט מעשיות פֿון אוממענטשלעכקייט, און דווקא וועגן מענטשן וואָס פֿיגורירן אין דער ייִדישער וועלט, די אויבערשטע פֿון שטייסל. מען מאַכט פֿאַר זיי באַנקעטן, מען לויבט זיי אין הימל אַרײַן כאָטש זיי פֿאַרדינען זיך עס נישט, קומט מען צו אַ מסקנה, זאָל מײַנס פֿאַרגיין, וועסט שוין נישט איבערמאַכן די וועלט.

מײַן טאַטע האָט מיר אַמאָל דערציילט אַ געשיכטע פֿון דער צײַט ווען ער איז געווען אין סיביר, נאָך זײַן באַפֿרײַונג, האָט ער זיך אײַנגעדונגען בײַ אַן אָפּגעשטאַנענער, אַלטער רוסישער פֿרוי, וועלכע איז געווען איבערגלויביק. איז ער אַמאָל אַרויס אין פֿעלד און דערזען אַ כאָפּטע קי מיט איין אָקס, וועלכער האָט זיי באַפֿרוכפּערט. איין מאָל האָט ער דערזען ווי דער אַלטער באָק יאָגט זיך נאָך אַ קו, האַלט אין איין שפּרינגען אויף איר אָבער ס’געלונגט אים נישט אײַנצוצאַמען די בהמה. ער האָט, געאָטעמט שווער און האַסטיק און בשום־אופֿן נישט געקענט קומען צום ציל.

וואָס האָט דער פּויער געטאָן? ער האָט אַרײַנגעברענגט אַ יונגן, געזונטן ביק, און ווען יענער האָט זיך גענומען יאָגן נאָך אַ קו, האָט עס דעם אַלטן באָק שטאַרק פֿאַרדראָסן, ס’טײַטש, און וווּ בין איך? און יעדעס מאָל וואָס דער יונגער, געזונטער באָק האָט זיך געיאָגט נאָך אַ קו, איז דער אַלטער אָקס אונטערגעקומען, אים אונטערגעשטעלט אַ פֿיסל, און בשום־אופֿן נישט צוגעלאָזט דעם יונגן, געזונטן אָקס צוצוקומען צום ציל־ברעט, ביז עס איז געקומען צו בלוט־פֿאַרגיסונג. מען האָט געמוזט דעם אַלטן באָק אַרויספּראַווען פֿונעם פֿעלד.

אַנטקעגן וואָס האָט עס מיר דער טאַטע דערציילט די מעשה? אַנטקעגן דעם עלטערן דור ייִדישע שישקעס וואָס האָבן זיך אײַנגעפֿונדעוועט און ציטערן פֿאַרן יונגן דור וואָס קען בײַ זיי חלילה אַוועקטשאַטעווען די שטעלע. אָבער אַ סך מאָל האָט עס נישט צו טאָן מיטן עלטערן דור. אָט דערציילט מיר אַ קאַנדידאַט צום דאָקטאָראַט אַז זײַן עצה־געבער און פּראָפֿעסאָר מאַכט אים באמת דעם טויט. ער באַציט זיך ברוטאַל צו זײַן דיסערטאַציע, מאַכט חוזק פֿון זײַנע אײַנפֿאַלן, לייגט אים שטיינער אין וועג. איך פֿיל מיט מיט אים, ער איז בײַ יענעם פּראָפֿעסאָר אין די לאַפּעס און מוז אויסשטיין געברענטע צרות ביזן סוף.

יענער סטודענט האָט סוף־כּל־סוף אויסגעהאַלטן די עקזאַמענס, אַליין געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס מיט אַ צאָל דאָקטאָראַנטן מיט וועלכע ער האָט זיך פֿאַרנומען. טרעף איך זיך אַמאָל אָן אין איינעם פֿון זײַנע סטודענטן, פֿרעג איך זיך אָן ווי עס גייט אים בײַ יענעם פּראָפֿעסאָר וואָס האָט זיך אַזוי אָנגעליטן בײַ זײַן אַלטן פּעדאַגאָג. זאָגט מיר דער יונגערמאַנטשיק, אַז ער קען קוים קוים אויסהאַלטן פֿון זײַן פּראָפֿעסאָרס גרויסהאַלטערישן, פֿאַרריסענעם טאָן, וואָס ווייסט נישט פֿון קיין מענטשלעכקייט בײַם אויפֿכאָווען אַ נײַעם דור דאָקטאָראַנטן.

הייסט עס, אַז אוממענטשלעכקייט קומט אַ סך מאָל בירושה, צומאָל פֿון הויכע פּאָזיציעס, פֿון מאַכט, פֿון עשירות, פֿון אײַנגעוואָרצלטע רעליגיעזע פֿאַרורטיילן, פֿון אַ גאַנצער ריי אײַנגעבוירענע, אײַנגעפֿונדעוועטע גענעטיש־געטריבענע כּוחות מיט וועלכע מיר פֿונקציאָנירן.

איר קענט דאָך די מעשׂה פֿונעם יונגערמאַן וואָס איז אַמאָל געקומען צום רבין מיט אַ געוויין:

“אוי וויי רבי! אונדזער שטעטל באַשטייט פֿון מיאוסע ברואים, שלעכטע מענטשן און איך קען פֿון זיי נישט אויסהאַלטן. וואָס טוט מען?” מאַכט דער רבי: “איך פֿיל מיט מיט דײַנע לײַדן, יונגערמאַן, איז גיי און מאַך איבער דאָס שטעטל.”

לויפֿט דער יונגערמאַן, הענדום־פּענדום און קומט באַלד צוריק:

“רבי, איך קען נישט איבערמאַכן דאָס שטעטל, נאָר אונדזער גאַס איז באַזעצט מיט שרעקלעכע מענטשן איינס ווי איינס. מ’שעלט, מ’קריגט זיך, מ’מאַכט יענעם דעם טויט. וואָס טוט מען, רבי?” ענטפֿערט אים דער רבי: “איך שטים אײַן מיט דיר, ליבער פֿרײַנד, מײַן עצה איז, גיי און מאַך איבער די גאַס.”

לויפֿט דער יונגערמאַן מיט גרויס אימפּעט און קומט באַלד צוריק:

“רבי לעבן, איך קען נישט איבערמאַכן די גאַס, נאָר בײַ מיר אין הויז איז אַ גיהנום אויף דער וועלט, מ’קריגט זיך, מ’שלאָגט זיך, מ’ווילדעוועט. וואָס טוט מען?” זאָגט דער רבי: “איז פּרוביר איבערמאַכן דעם גערודער בײַ זיך אין הויז.”

לויפֿט דער יונגערמאַן אַהיים, רײַסט אײַן וועלטן און קומט באַלד צוריק:

“אוי וויי, רבי קרוין, איך האָב פּרובירט, גאָט איז מײַן עדות אַז איך האָב פּרובירט, אָבער עס איז נישט געגאַנגען, זיי זײַנען פֿאַרסמט מיט האַס. וואָס טוט מען רבי?”

דער רבי טראַכט אַ רגע, וויגט זיך איבער דעם הייליקן ספֿר און מאַכט:

“יונגערמאַן! די איינציקע עצה וואָס איך קען דיר געבן איז הייב אָן מיט זיך אַליין!”

דער גרעסטער וווּנדער פֿון אַלע וווּנדײַרים איז דער פֿאַקט, אַז עס זײַנען פֿאַראַן גוטע מענטשן אויף דער וועלט. ווי קומט עס און פֿון וואַנען שטאַמט עס? וווּ שטעקט עס? מסתּמא איז פֿאַראַן אַ כאַראַקטער־שטריך וואָס מיר זײַנען נאָך צו אים נישט דערגאַנגען. צוליב זיי אַליין לוינט זיך אויפֿצושטעלן לאַבאָראַטאָריעס אויף צו פֿאָרשן זייער “די־ען־איי”, דעם גענעטישן צונויפֿשטעל פֿון זייערע בלוט־געפֿעסן, און אויב זיי וועלן עס געפֿינען — מוז מען זיך גלײַך שטעלן אויסצואַרבעטן דעם וואַקצין מיט וועלכן מ’וועט דאַרפֿן אײַנשפּריצן יעדעס נײַ־געבוירן עופֿעלע.