דיאַנאַ גרוס פּאָעטישע דאָקומענטאַלער פֿילם, „רעגינאַ‟, וואָס איז די וואָך געוויזן געוואָרן בעתן יערלעכן ניו־יאָרקער קינאָ־פֿעסטיוואַל, שאַפֿט אַ גאַנץ ווערק וועגן דער ערשטער ראַבירטער, רעגינאַ יאָנאַס, כאָטש עס עקזיסטירט הײַנט בלויז איין פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון איר.
יאָנאַס, וועלכע איז געבוירן געוואָרן אין בערלין אין 1902, האָט אין 1932 באַקומען אַ דיפּלאָם פֿונעם אָנגעזעענעם „בערלינער אינסטיטוט‟, וואָס האָט זי באַשטעטיקט ווי אַ לערערין פֿון יודאַיִזם און העברעיִש אין די ייִדישע טאָגשולן פֿון בערלין.
אַחוץ דער איינער פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון יאָנאַס, וווּ זי שטייט באַקליידט אין אַ ראַבינער־ראַק, האָט גרו זיך אויך באַניצט מיט פֿאַרשידענע פֿילם־מאַטעריאַלן פֿון די שפּרודלדיקע בערלינער גאַסן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, דעם ייִדישן געטאָ, די ייִדישע שולן און אינסטיטוציעס און דעם נאַכטלעבן בעת דער ווײַמאַר־תּקופֿה.
ווען גרוס קאַמערע ווײַזט אונדז די פּנימער פֿון יונגע מיידלעך אין שול אָדער אויף דער גאַס, פֿאַרשטייט דער צוקוקער, אַז זיי רעפּרעזענטירן די יונגע רעגינאַ. מע הערט די זכרונות פֿון אירע אַמאָליקע סטודענטן און באַקאַנטע, און די ענגלישע אַקטריסע רייטשל ווײַס לייענט אונדז אויסצוגן פֿון יאָנאַס׳ אייגענע שריפֿטן.
דאָס איז די געשיכטע פֿון אַ יונג מיידל, וואָס איר אָרעמער פֿרומער טאַטע, אַ פּעדלער, האָט זי כּסדר געמוטיקט צום לערנען. נאָכן באַקומען איר לערן־דיפּלאָם האָט זי ממשיך געווען אירע שטודיעס אין דער חשובֿער „הויכשולע‟, וווּ זי האָט אָנגעשריבן איר דיסטערטאַציע אויף דער קשיא: „צי קאָן אַ פֿרוי דינען ווי אַ ראַבינער?‟ איר ציל איז געווען צו באַווײַזן, אַז „ס׳איז נישטאָ קיין סתּירה‟ צווישן דער הלכה און איר פֿאַרלאַנג אַליין צו ווערן אַ ראַבינערטער. קיינער פֿון אירע לערער איז אָבער נישט געווען גרייט איר צו געבן סמיכה, און אַפֿילו דער באַרימטער ליבעראַלער ראַבינער און געלערנטער, לעאָ בעק, האָט עס נישט געוואָלט טאָן, אויס זאָרג, אַז דאָס וועט נאָך מער צעשפּאָלטן די פֿאַרשידענע שטראָמען פֿון ייִדישקייט.
עטלעכע יאָר לאַנג איז יאָנאַס געפֿאָרן אין פֿאַרשידענע קהילות איבער דײַטשלאַנד, און אָפּגעהאַלטן דרשות, ביז אין 1935 האָט דער הויפּט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון ליבעראַלע ראַבינער‟ אין דער שטאָט אָפֿענבאַך אָפֿיציעל באַשטימט יאָנאַס ווי אַ ראַבינער פֿאַר די ייִדישע קהילות אין דײַטשלאַנד. לעאָ בעק האָט תּיכּף אויסגעדריקט זײַן שטיצע דערפֿאַר.
יאָרן לאַנג איז די ערנסטע יונגע פֿרוי געבליבן אַ פּאָפּולערע פֿיגור, בפֿרט בײַ קינדער, און האָט אַליין געשפּילט אַ ליבע פֿון דער ווײַטנס מיט אַ צווייטן ראַבינער, אַן אַלמן, וועלכער איז געווען 30 יאָר עלטער פֿון איר. אין 1944 איז יאָנאַס דעפּאָרטירט געוואָרן מיט איר מאַמען קיין טערעזין, וווּ זי האָט ווײַטער געדינט ווי אַ גײַסטיקע פֿירערין פֿאַר די אַנדערע פֿאַרשיקטע. אין 1944 האָט מען זי און איר מאַמע דעפּאָרטירט קיין אוישוויץ, וווּ מע האָט זיי אומגעבראַכט.
אין בלויז אַ ביסל מער ווי אַ שעה, אַנטפּלעקט דער פֿילם פֿאַר אונדז דאָס לעבן און די גײַסטיקע עקשנות פֿון אַן אויסערגעוויינטלעכער פֿרוי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.