דינסטיק, דעם 14טן יאַנואַר, האָט די פּאָליציי געפֿונען דעם קאַמיאָנעט (מיני־וואַן), אין וועלכן די פֿאַרכאַפּער און מערדער פֿונעם חסידישן געשעפֿטסמאַן מנחם שטאַרק האָבן אים אַוועקגעטראָגן פֿון זײַן היים אין וויליאַמסבורג. דער אויטאָמאָביל איז רעגיסטרירט אין פּענסילוועניע, אינעם יאָר 2002. מע האָט עס אַנטדעקט אין בראַונסוויל, ברוקלין. אינעווייניק, איז געלעגן אַ מאָבילקע. די אויספֿאָרשער האָפֿן, אַז זי וועט העלפֿן צו געפֿינען די פֿאַרברעכער.
די פּאָליציאַנטן האָבן אויסגעפֿרעגט אַ מענטש, וועלכער האָט זיך געפֿונען אינעם אויטאָ, אָבער געקומען צום אויספֿיר, אַז ער האָט נישט קיין שײַכות צו דעם פֿאַרברעכן, און אים באַפֿרײַט.
שטאַרק איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן דעם 2טן יאַנואַר. ס׳זעט אויס, אַז זינט דעמאָלט האָט מען אינגאַנצן אויסגערייניקט דעם קאַמיאָנעט, אָבער די פּאָליציי האָפֿט, אַז געוויסע שפּורן וועלן העלפֿן געפֿינען די מערדער.
שטאַרק, אַ 39־יאָריקער סאַטמאַרער טאַטע פֿון 7 קינדער און דער בעל־הבית פֿון אַ סך ניו־יאָרקער בנינים, איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן גראָד בײַ זײַן ביוראָ אין וויליאַמסבורג, וווּ ער האָט געפֿירט זײַן הײַזער־געשעפֿט. די געשיכטע איז פֿאָרגעקומען אינמיטן אַ שטאַרקער זאַווערוכע. מיט אַ טאָג שפּעטער, האָט מען אַנטדעקט זײַן פֿאַרברענטן קערפּער אין לאָנג־אײַלענד, אין אַ מיסט־קאַסטן.
די אויספֿאָרשער האַלטן, אַז דער מאָרד האָט געהאַט צו טאָן מיטן קאָמפּליצירטן כאַראַקטער פֿון שטאַרקס געשעפֿטן. אַ צווייטע מאָבילקע האָט מען געפֿונען צוגעבונדן צום אונטערשטן טייל פֿון שטאַרקס אייגענעם אויטאָ, און קוואַלן האָבן געזאָגט, אַז דער טעלעפֿאָן האָט געהאַט אַ שײַכות צו אַ געשעפֿטסמאַן, וועלכער קאָן זײַן פֿאַרמישט אינעם פֿאַרברעכן.
די פּאָליציי האַלט, אַז שטאַרק איז געווען שולדיק דעם געשעפֿטסמאַן אַ סומע געלט, און דער קרעדיטאָר האָט אפֿשר געהאָפֿט צו צווינגען שטאַרק אָפּצוצאָלן די חובֿות. לויט דער פּאָליציי־עקספּערטיז, איז דער געשעפֿטסמאַן אומגעקומען צוליב דעם, וואָס די פֿאַרברעכער זענען געזעסן אויף אים אינעם אויטאָ נאָך אַ ברוטאַלן געשלעג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.