ערבֿ די אָלימפּישע שפּילן אין סאָטשי

On the eve of Sochi


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published January 17, 2014, issue of February 14, 2014.

בײַ מיר האָט זיך געשאַפֿן אַ מיינונג, אַז צו מלוכישע שטעלעס לאָזט מען צו נאָר מענטשן, וועלכע ווײַזן קלאָרע סימנים פֿון אידיאָטישקייט. אַנדערש איז שווער צו דערקלערן, למשל, די גאַנצע מעשׂה אַרום דער „אָבאַמאַקער‟. איך מיין דאָ ניט דעם געדאַנק גופֿא, נאָר דעם אופֿן פֿון רעאַליזירן דעם דאָזיקן געדאַנק, מיט אויסמײַסטרעווען אַ סיסטעם, וואָס האָט נאָר לעצטנס גענומען יאַקאָס זשיפּען.

אָדער די גאַנצע איצטיקע געשיכטע מיט דער בריק, וואָס די יאַטן און יאַטיכעס אַרום דעם גובערנאַטאָר פֿון ניו־דזשערזי, קריס קריסטי (וועגן זײַן בײַטראָג איז מען דערווײַל ניט זיכער) האָבן, אַ פּנים, באַשלאָסן צו פֿאַרמאַכן — אויף צעזעצעניש דעם מייאָר פֿון פֿאָרט־לי, וואָס האָט זיך „פֿאַרשולדיקט‟ בשעת די וואַלן. איז עס ניט קיין אידיאָטישקייט?

און אָט האָט איר אַ פֿרישן מוסטער פֿון דעם ווי עס אַרבעט דער מלוכישער אַפּאַראַט. די רייד גייט וועגן צוגרייטן זיך צו דער ווינטער-אָלימפּיאַדע, וואָס וועט אין קורצן אָנהייבן שפּרינגען, דרייען זיך און לויפֿן אין דער רוסישער שטאָט סאָטשי. מיר איז קיינער ניט באַקאַנט פֿון די פּאָטענציעלע טוריסטן, וואָס קלײַבן זיך אַהין צו פֿאָרן. מיר שײַנט, אַז דאָס מוזן זײַן — ווייך געזאָגט — „עקסצענטריקערס‟. צו שלעפּן זיך אַזוי ווײַט, אין אַן אָרט, וואָס איז צוויי טריט פֿון אַ מלחמה-זאָנע, זעט אויס ווי אַן עקסטרעמאַלער טוריזם. און די מלוכה וואָרנט אירע בירגער, אַז מע דאַרפֿן היטן די ביינער, אויב מע פֿאָרט אין אַזאַ העק וועלט.

מיט עצות איז אַרויס, אַ שטייגער, „די צענטערס פֿאַר קרענק-קאָנטראָל און פֿאַרהיטונג‟ (Centers for Disease Control and Prevention). מע לייגט פֿאָר צו געדענקען וועגן אַזעלכע זאַכן, וואָס אָן זייער עצה וואָלט עס, בלי-ספֿק, קיינעם אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן צו טאָן. למשל, מע טענהט, אַז ס׳איז וויכטיק צו וואַשן די הענט. ווער וואָלט זיך דערטראַכטן צו טאָן עס דווקא אין סאָטשי? אָדער צו נוצן קאָנדאָמען — נאָך אַ מאָל ממש אַן אַנטפּלעקונג פֿאַר יעדן פּשוטן מענטשן.

אָבער די אַפּאַראַטשיקעס זײַנען אַוועק נאָך ווײַטער, דהײַנו: מע האָט צונויפֿגעשטעלט אַ קורץ פֿראַזעאָלאָגיש ווערטערבוך, אַן אַמעריקאַנער זאָל קענען דערקלערן, וווּ עס טוט איר צי אים וויי, און אַנדערע זאַכן פֿון אָט דעם סאָרט. און אַ חכם-בלילה האָט אין דער רשימה לעבנסוויכטיקע פֿראַזעס אַרײַנגעשטעלט אויך אַזאַ: My hovercraft is full of eels.

דאָס איז אַן אידיאָם, וואָס ניט אַלע ענגליש-רעדערס קענען און נוצן. עס שטאַמט פֿון דעם וויץ פֿון דער בריטישער גרופּע קאָמעדיאַנטן, „מאָנטי פּײַטאָן‟. אין דעם וויץ, גייט אַרײַן אַן אונגאַרישער טוריסט אין אַ געשעפֿט, און זאָגט, אַז ער נייטיקט זיך אין שוועבעלעך. ער פּרוּווט זײַן באַדערפֿעניש דערקלערן, נוצנדיק אַ פֿראַזעאָלאָגיש ווערטערבוך. דער סוף איז, אַז ער זאָגט: My hovercraft is full of eels, וואָס מיינט אַן ערך „מײַן שיף איז פֿול מיט ווענגערס‟.

נוצט מען איצט צו מאָל (נאָך אַ מאָל, איך הייב ניט אָן צו וויסן ווי אָפֿט) די דאָזיקע פֿראַזע, ווען מע וויל זאָגן, אַז ס׳איז שווער צו קאָמוניקירן אין אַ פֿרעמדער שפּראַך אָדער אַז די איבערזעצונג האָט ניט קיין זין. אויף רוסיש האָט עס אידיאָמאַטישע עקוויוואַלענטן, אַזעלכע ווי „ני בע, ני מע, ני קוקאַרעקו‟. אָבער די אַמעריקאַנער אַפּאַראַטשיקעס האָבן באַוואָפֿנט דעם טוריסט דווקא מיט אַ בוכשטעבלעכער איבערזעצונג: „מײַן שיף איז פֿול מיט ווענגערס‟.

איצט שטעלט זיך פֿאָר: אַן אַמעריקאַנער זאָגט פֿאַר אַ רוס די דאָזיקע פֿראַזע. וואָס פֿאַר אַ רעאַקציע קען מען דערוואַרטן? אפֿשר וועט מען גלײַך נעמען דעם אַמעריקאַנער און שיקן צו אַ פּסיכיאַטער. און אפֿשר וועט מען עס אויפֿנעמען ווי אַ שפּיאָנישן פּאַראָל, וואָס דערוואַרט אַן ענטפֿער, אַ שטייגער: „מיר, ייִדן, עסן ניט קיין ווענגערס‟. וועט מען שוין נעמען דעם אַמעריקאַנער אין אַן אַנשטאַלט, ניט קיין פּסיכיאַטרישן. בפֿרט נאָך, אַז מיט פֿראַגן פֿון זיכערקייט וועלן דאָרטן זיך באַשעפֿטיקן צענדליקער טויזנטער לײַט.

הקיצור, איך וואָלט קיין פֿראַזעאָלאָגישע ווערטערביכער בעסער ניט גענוצט. ערשטנס, וועט מען סײַ-ווי-סײַ ניט פֿאַרשטיין. צווייטנס, וועט מען עפּעס ענטפֿערן, און דעמאָלט וועט איר שוין ניט פֿאַרשטיין. בעסער ווײַזן מיט די הענט, מימיק וכ׳. מיר האָט זיך אַ מאָל אײַנגעגעבן צו ווײַזן מיט זשעסטן, אין איטאַליע, אַ גאַנץ קאָמפּליצירטע פֿראַזע: „איז די עלעקטרע אויסגעשלאָסן געוואָרן נאָר בײַ אונדז צי אין דער גאַנצער געגנט?‟ און מע האָט מיך פֿאַרשטאַנען און געגעבן אַ קלאָרן ענטפֿער.

אָבער נאָך בעסער: פֿאָרט ניט קיין סאָטשי. די צאָל ייִדיש-לייענערס איז אַזוי אויך זייער באַגרענעצט.