דער קינסטלער און שרײַבער אַרטור קלינאָװ געהערט צו די סאַמע אײגנאַרטיקע שעפֿערישע פֿיגרון אין דער הײַנטיקער װײַסרוסישער קולטור. אין זײַנע פּראָיעקטן ברענגט ער צונױף עפּישע געשיכטע מיטן אַװאַנגאַרדיסטישן עקספּערימענט. זײַן נײַ בוך, „מינסק: אַ װעגװײַזער איבער דער זון־שטאָט‟, װאָס איז לעצטנס אַרױס אין מאָסקװע, איז אַ מין קינסטלערישע אױטאָביאָגראַפֿיע אין דער שטאָטישער סבֿיבֿה: די געשיכטע פֿון זײַן לעבן װערט אילוסטרירט דורך פֿאָטאָגראַפֿישע אימאַזשן פֿון סאָװעטישן מינסק.
אַן אַרכיטעקט לױט זײַן בילדונג, האָט קלינאָװ אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר דער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט. מינסק קומט אַרױס אױף זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס װי אַן אוטאָפּישע פֿאַנטאַזיע פֿון דער סאָװעטישער כּישוף־מעשׂה, אַן אידעאַלע „זון–שטאָט‟ פֿון ריזיקע בנינים אין קלאַסיציסטישן סטיל, ברײטע פּראָספּעקטן און סטאַטעטשנע סקולפּטורן. די פֿאָטאָס זײַנען אױפֿגענומען אין דער פֿרי, װען די שטאָט איז נאָך פּוסט און אירע תּושבֿים שלאָפֿן. דאָס איז אַ שטאָט אַ געשפּענסט, אַ פּרי פֿונעם כּוח־הדמיון פֿון דער סאָװעטישער דיקטאַטאָרישער הערשאַפֿט.
פֿאַר װאָס איז דװקא מינסק געװאָרן פֿאַר קלינאָװן דער סימבאָל פֿון דער אַבסטראַקטער סאָװעטישער אוטאָפּיע? ראשית, נאַטירלעך, װײַל דאָס איז זײַן הײמשטאָט, װאָס ער קען װי זײַנע פֿינעף פֿינגער און װוּ ער לעבט עד־היום. די צװײטע סיבה איז מער טשיקאַװע. מינסק איז „די טױטע הױפּטשטאָט פֿונעם טױטן לאַנד פֿונעם טױטן פֿאָלק,‟ שרײַבט קלינאָװ. דאָס ליטװישע גרױספֿירשטנטום, װאָס איז אַ מאָל, אין מיטלאַלטער, געװען אײנע פֿון די גרעסטע אײראָפּעיִשע מלוכות, איז פֿאַרשװוּנדן פֿון דער מאַפּע כּמעט אָן שפּורן. און דאָס הײַנטיקע בעלאַרוס איז ניט מער װי אַ שװאַכער אָפּקלאַנג פֿון דער אַמאָליקער גדולה.
מינסק איז פֿאַר קלינאָװן די סאַמע בולטסטע פֿאַרקערפּערונג פֿונעם סאָװעטישן אוטאָפּישן חלום־פּראָיעקט. די גרעסערע שטעט, װי מאָסקװע, לענינגראַד, קיִעװ, זײַנען געװען מער לעבעדיק און האָבן פֿאַרמאָגט אַ געװיסן װידערשטאַנד־כּוח, װאָס האָט ניט דערלאָזט זײ אין גאַנצן איבערצואַנדערשן לױטן קאָמוניסטישן שניט. ניט אַזױ מינסק, װאָס איז כּמעט אין גאַנצן צעשטערט געװאָרן בעת דער מלחמה (דער עיקר דורך דער סאָװעטישער באָמבאַרדירונג, באַמערקט קלינאָװ). אַזױ אַרום איז מינסק געװאָרן אַ מערבֿדיקער „אַרײַנגאַנג־טױער‟ אין דער סאָװעטישער אימפּעריע, אַ באַשטעטיקונג פֿון איר מאַכט אין דער מערבֿדיקער ריכטונג.
דעם מעטאַפֿאָרישן אימאַזש פֿון דער „זון־שטאָט‟ האָט קלינאָװ געבאָרגט בײַ דעם מיטלאַלטערלעכן איטאַליענישן שרײַבער טאָמאַזאָ קאַמפּאַנעלאָ, װעלכער האָט באַשריבן אַן אוטאָפּישע אידעאַלע מלוכה. קלינאָװ איז אַנטציקט פֿונעם גראַנדיאָזן סאָװעטישן אוטאָפּישן פּלאַן, װאָס האָט געפֿונען זײַן פֿולסטע קינסלערישע רעאַליזאַציע אין דער אַכיטעקטור פֿון צענטראַלן מינסק. „קינדװײַז האָט אױף מיר די אומפֿאַרשטענדלעכע שײנקײט פֿון דער זון־שטאָט געװאָרפֿן אַ פּחד. שפּעטער, װען איך בין געװאָרן אַ דעקאַדענט, האָט זיך פֿאַר מיר אַנטפּלעקט איר געהײמער זי,‟ האָט קלינאָוו באַמערקט.
די ריזיקע אוטאָפּשע געבײַדע־קאָמפּלעקסן האָבן פֿאַרשטעלט די רעשטן פֿון דער אַלטער מינסקער געגנט נעמיגע, װאָס װערט דערמאָנט אין אַלטע רוסישע ביכער: „בײַ נעמיגע שפּרײט מען קעפּ, װי סנאָפּעס‟, זאָגט „די זאַגע פֿון איגאָרס חײל‟. דװקא דאָ, אױפֿן אָרט פֿונעם ייִדישן געטאָ, האָט קלינאָװ דערשפּירט, אַז די סאָװעטישע שטאָט רוט אױף די בײנער פֿון הונדערטער טױזנטער מענטשן, װאָס זײַנען אומגעקומען בעת די מלחמות, רעװאָלוציעס און טעראָר אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. צומאָל האָבן קינדער אַרױסגעגראָבן אַ פּאָר מענטשלעכע בײנער אָדער שאַרבן, „מיט זײ האָבן מיר געסטראַשעט מײדלעך, אונטערגעװאָרפֿן זײ די לערערס, אָדער סתּם געגעבן פֿאַר אַ מתּנה אונזערע חבֿרים פֿון אַנדערע געגנטן‟.
די אַנטדעקונג פֿונעם פֿינצטערן און בלוטיקן הינטערגרונט פֿון דער ליכטיקער סאָװעטישער זון–שטאָט איז פֿאָרגעקומען בהדרגה. „איך האָב אָנגעװױרן דאָס לאַנד פֿון גליק פֿריִער אײדער אַנדערע קינדער פֿון מײַן עלטער. איך בין אױפֿגעװאַקסן אין אַ ייִדישן קװאַרטאַל, און ייִדן האָבן איבער עפּעס אַ סיבה תּמיד געװאָלט פֿאַרלאָזן די זון־שטאָט. זײ האָבן געהאַט קרובֿים אין דער אַנדערער װעלט, װעלכע האָבן זײ דערצײלט אין זײרע בריװ װעגן אַ מין שפֿע װאָס איז ניט געװען ענלעך צו אונדזער שפֿע פֿון גיפּס‟. זײַן באַפֿרײַונג פֿונעם סאָװעטישן כּישוף־חלום האָט ממשיך געװען אין װילנע. דאָס איז געװען „די אױפֿװעקונג, װאָס האָט געבראַכט דעם בלוטיקן אמת פֿון װירקלעכקײט. דער רױם פֿונעם מידבר־לאַנד איז אָנגעפֿילט געװאָרן מיט שטעט, געשעענישן, מענטשן, װאָס זײַנען אַװעקגעטראָגן געװאָרן דורך די װאַסערן פֿונעם אונטערערדישן טײַך. אַנטדעקונגען זײַנען געקומען אײנע נאָך דער אַנדערער, און יעדע אײנע איז געװען אַכזריותדיק און שרעקלעך.‟
צום סוף פֿון דער לירישער און טרױעריקער געשיכטע פֿון געזעגענען זיך מיט די גליקלעכע קינדער־יאָרן אין דער זון־שטאָט פֿרעגט קלינאָװ: „צי האָט אַזאַ מין זון־שטאָט געקאָנט אױפֿקומען ערגעץ אַנדערש? מן הסתּם נײן. זי האָט זיך געקאָנט באַװײַזן בלױז אױף אַן אױסגעברענטער ערד, אין אַ חלל, װאָס איז אָפּגעראַמט געװאָרן פֿון קולטור. און אַװדאי ניט אינעם װירװאַר פֿון דעמאָקראַטיע. אַן אידעאַלע אוטאָפּישע שטאָט מוז האָבן בלױז אײן אַװטאָר, דעם גרױסן אַרכיטעקט, דעם דיריגענט. זײַן נאָמען איז דיקטאַטור‟.
דער סאָװעטישער מינסק איז שױן אַװעק אין דער אײביקײט, צוזאַמען מיט די פּיראַמידן פֿון מצרים און פּאַלאַצן פֿון רױם. װי אַ װײַזער און געניטער מדריך פֿירט קלינאָװ דעם הײַנטיקן לײענער איבער די חורבֿות פֿון דער אוטאָפּישער זון־שטאָט פֿון זײַן סאָװעטישער קינדהײט, װאָס איז געװען אי גליקלעך, אי טרױעריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.