במשך פֿון כּמעט 50 יאָר, האָט מען פֿאַרגעסן וועגן דער טראַגישער אָפּערע „דער פּאַסאַזשיר‟ וועגן אוישוויץ, געשאַפֿן דורכן סאָוועטישן „גרויסן טעאַטער‟. מע האָט עס פּלאַנירט צו שפּילן אינעם יאָר 1968, אָבער אָפּגעשאַפֿן די פּרעמיערע. דוד פּאַונטני, אַ באַקאַנטער בריטישער רעזשיסאָר, האַלט, אַז די סאָוועטישע אינסטאַנצן זענען נישט געווען דעמאָלט פֿאַראינטערעסירט אין אַן אָפּערע וועגן אַ ייִדישער טעמע; ביזן הײַנטיקן טאָג, איז זי געבליבן פֿאַרגעסן.
דעם 18טן יאַנואַר, וועט אינעם גרויסן אָפּערע־הויז פֿון היוסטאָן, טעקסאַס, דורכגעפֿירט ווערן די אַמעריקאַנער פּרעמיערע פֿונעם דאָזיקן מײַסטערישן ווערק פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר מיעטשיסלאַוו ווײַנבערג. דער סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר אין די 1950ער יאָרן אויף אַ טוריסטישער שיף, וווּ איין פֿרוי, אַ געוועזענע וועכטערין פֿון „עס־עס‟, וועלכע האָט נישט דערציילט איר מאַן וועגן איר פֿינצטערער פֿאַרגאַנגענהייט בעת דינען ווי אַ נאַצי-זעלטערין אין אוישוויץ, דערזעט אַ מענטש, וואָס זעט אויס — אַזוי מיינט זי אויף זיכער — ווי אַ קרבן פֿונעם טויט־לאַגער.
די באַגעגעניש רופֿט בײַ דער געוועזענער וועכטערין אַרויס אַ כוואַליע זכרונות וועגן איר קאַָמפּליצירט שײַכות צו דעם חורבן. די וועכטערין און די פּלוצעם געטראָפֿענע שיף־פּאַסאַזשירקע זענען יונגע 19־יאָריקע פֿרויען. אין אַן אַנדער סיטואַציע, וואָלטן זיי געקאָנט כאַפּן אַ געוויינטלעכן שמועס וועגן זייערע לימודים אינעם זעלבן אוניווערסיטעט. אין דעם פֿאַל איז אָבער דער „אוניווערסיטעט‟ געווען אויסשוויץ, וווּ זיי זענען געווען אויף די היפּוכדיקע זײַטן פֿונען צוים.
די ערשטע פּרעמיערע פֿון דער אָפּערע איז פֿאָרגעקומען אין עסטרײַך, אינעם יאָר 2010. ווײַנבערג אין געבוירן געוואָרן אין וואַרשע, אין 1919. ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט פּוילן, איז ער, דערמאָלט אַ יונגער סטודענט פֿון אַ מוזיקאַלישער קאָנסערוואַטאָריע, אַנטלאָפֿן צופֿוס אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. שפּעטער, האָט מען אים עוואַקויִרט, צוזאַמען מיט די אַנדערע סאָוועטישע קולטור־טוער, אין טאַשקענט, וווּ ער האָט געטראָפֿן שלמה מיכאָעלס, דער באַרימטן אַקטיאָר און רעזשיסאָר פֿונעם מאָסקווער ייִדישן מלוכישן טעאַטער. מיט דעם הילף פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש, האָט ער זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע אין 1943.
זײַן משפּחה איז אומגעבראַכט געוואָרן דורך די נאַציס. דער טאַטע פֿון זײַן פֿרוי, מיט וועלכער ער האָט חתונה געהאַט שוין לעבנדיק אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז דערהרגעט געוואָרן אין 1948 נאָך סטאַלינס באַפֿעל. אינעם יאָר 1953 איז ווײַנבערג אָפּגעזעסן אַ קורצע צײַט אין טורמע. פּאַונטני האָט באַמערקט, אַז דער שאַפֿער פֿון דער אָפּערע איז אַליין געווען אַ „פּאַסאַזשיר‟ אויף דער שיף פֿונעם שטורמישן פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. דער קאָמפּאָזיטאָר האָט לאַנג געהאָפֿט צו זען די פּרעמיערע פֿון זײַן אָפּערע, ביז זײַן טויט אין 1996.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.