די וואָך האָט דאָס בוך „אויסבילדונג פֿון סאָוועטישע ייִדן: דער באָלשעוויסטישער עקספּערימענט אין מינסק‟, אָנגעשריבן פֿון ד״ר עליסאַ בן־פּורת, געוווּנען די „לאַנדישע ייִדישע ביכער־פּרעמיע‟ (National Jewish Book Award) אין דער קאַטעגאָריע, „ווערק אויפֿן סמך פֿון אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן‟. בן־פּורת איז אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע און דעם חורבן אין קווינס־קאַלעדזש, בײַם ניו־יאָרקער שטאָט־אוניווערסיטעט.
בײַ אונדז אין דער ייִדיש־וועלט איז דאָס געשעעניש אַ ספּעציעלע שׂימחה, ווײַל עליסאַ בן־פּורת איז נישט בלויז אַ פֿליסיקע ייִדיש־רעדערין, נאָר רעדט אויך ייִדיש מיט אירע צוויי קינדערלעך, עליע און סאָניע. איר מאַן איז ד״ר דוד פֿישמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟.
דאָס איז נישט די ערשטע פּרעמיע, וואָס „די אויסבילדונג פֿון סאָוועטישע ייִדן‟ האָט באַקומען. פֿאַראַיאָרן האָט עס געוווּנען דעם „פֿרענקל־פּריז פֿון דער הײַנטצײַטיקער געשיכטע‟ אין לאָנדאָן — אַ פּריז וואָס ווערט אויסגעטיילט יעדעס יאָר צו אויסערגעוויינטלעכע ווערק וועגן דער געשיכטע פֿונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.
אין דעם בוך, וואָס מיכאל קרוטיקאָוו האָט שוין רעצענזירט אויף די זײַטן פֿון „פֿאָרווערטס‟ (//yiddish.forward.com/articles/174495/minsk-the-jerusalem-of-soviet-belorussia/), באַווײַזט בן־פּורת ווי אַזוי די פֿאַרשידענע סטערעאָטיפּן וועגן די ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — למשל, אַז אַלע ייִדן האָבן געוואָלט ווערן קאָמוניסטן, אָדער אַז די קאָמוניסטן זענען געווען אַנטי־ייִדן — זענען ווײַט פֿונעם אמת. ניצנדיק מינסק ווי אַ מוסטער פֿון דער סאָוועטיזאַציע פֿון די ייִדן אינעם אַמאָליקן תּחום־המושבֿ, ווײַזט בן־פּורת, דורך אַ שלל אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן, ווי אַזוי די ייִדן האָבן זיך צוגעפּאַסט צו דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט, אָבער גלײַכצײַטיק זיך עפֿנטלעך אויסגעלעבט ווי ייִדן — גערעדט, געשריבן און געזונגען אויף ייִדיש; געמלט זייערע זין, דורכגעפֿירט כּשרע שחיטה און אַפֿילו געלערנט אין ישיבֿות.
„דאָס בוך איז אַן אויסערגעוויינטלעכער באַווײַז, ווי אַזוי מע קען, דורך אַ געניטן באַנוץ פֿון אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן, אַנטפּלעקן פֿאַר אונדז אַ פֿרישן, גאָר איבערצײַגעוודיקן פֿאַרשטאַנד פֿון אַ קאַפּיטל געשיכטע,‟ האָט דערקלערט ד״ר סטיוו זיפּערשטיין, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער קולטור און געשיכטע אין סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט — דאָרט, וווּ בן־פּורת האָט באַקומען איר דאָקטאָראַט.
„ביז איצט האָבן מיר געמיינט, אַז מינסק איז געווען פּונקט אַזוי ווי די אַנדערע שטעט אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווי מאָסקווע און פּעטערבורג,‟ האָט זיפּערשטיין באַמערקט. „בן־פּורת ווײַזט אונדז אָבער, אַז אין מינסק איז די באָלשעוויזאַציע דורכגעפֿירט געוואָרן אַ סך פּאַמעלעכער, און אַז די פֿרומע ייִדן האָבן ווײַטער זיך אויסגעלעבט אויף אַ טראַדיציאָנעלן אופֿן.‟ ווען די קאָמוניסטישע פּאַרטיי האָט, למשל, אַנטדעקט, אַז געוויסע פּאַרטיי־מיטגלידער האָבן ווײַטער געמלט זייערע זין, האָט מען זיי נישט באַשטראָפֿט דערפֿאַר.
בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט עליסאַ בן־פּורת באַטאָנט, אַז איינער פֿון די גרעסטע חידושים, בעת איר פֿאָרשאַרבעט, איז געווען איר אַנטדעקונג פֿון דער אַקטיווער ראָלע, וואָס די ייִדישע פֿרויען האָבן געשפּילט אין דער באָלשעוויזאַציע פֿון מינסק, און ווי אַזוי דאָס האָט דערפֿירט צו אַ בולטער שפּאַנונג צווישן די מענער און פֿרויען.
„דאָס איז דאָס ערשטע מאָל אויף דער ייִדישער גאַס, וווּ מע רעדט וועגן דעם, אַז מענער און פֿרויען דאַרף מען באַהאַנדלען גלײַך, און וווּ מע האָט געפּרוּווט בײַטן די באַציִונגען צווישן די מינים,‟ האָט בן־פּורת דערקלערט. „לויט די באָלשעוויסטישע פּאַרטיי־פּראָטאָקאָלן איז קלאָר געשטאַנען, אַז פֿרויען דאַרפֿן פֿאַרדינען פּונקט אַזוי פֿיל ווי די מענער, און צוליב דעם, וואָס די ייִדישע פֿרויען זענען געווען מער געבילדעט ווי די רוסישע און ווײַסרוסישע פֿרויען, האָבן זיי טאַקע דערגרייכט הויכע פּאָזיציעס אין די אָרגאַניזאַציעס; אויף אַזוי ווײַט, אַז די זיצונגען האָט מען אָפֿט מאָל געפֿירט אויף ייִדיש!
נישט געקוקט אויף די באָלשעוויסטישע פּרינציפּן פֿון גלײַכקייט, זענען די ייִדישע מענער נישט געווען צופֿרידן מיט דער אַנטוויקלונג. „וווּ די מענער זאָלן זיך נישט אַרומקוקן, זעען זיי ווי די פֿרויען ווערן פֿירער פֿון פֿרויען־געזעלשאַפֿטן! צום ערשטן מאָל זעט מען בײַ זיי אַ מורא פֿאַר דער ייִדישער פֿרוי.‟
בן־פּורת ברענגט אַ משל פֿון אַ נייטאָרין אינעם נאָדל־פֿאַראיין, אַ געוועזענע בונדיסטקע, וועלכע טענהט: „מײַן מאַן גייט צו פּאַרטיי־אונטערנעמונגען און דערנאָך גייט ער אַרויס מיט חבֿרים. פֿאַר וואָס קען איך נישט גיין?‟
אַפֿילו די פֿרומע ייִדישע פֿרויען אין מינסק האָבן זיך נישט געקווענקלט צו פֿאָדערן גערעכטיקייט. דורך אַ ריי בריוו אָנגעשריבן פֿון דער טאָכטער פֿון אַ מינסקער רבֿ אין די 1920ער יאָרן, דערוויסט מען זיך, אַז זי איז געווען אַ תּלמידה אין אַ סאָוועטישער שול, וווּ שבת איז אויך געווען אַ לערנטאָג. איז זי שבת געגאַנגען אין שול אָבער גאָרנישט געשריבן. אין 1929 האָט זי געזאָלט גראַדויִרן פֿון דער שול, אָבער מע האָט עס נישט דערלאָזט. האָט דאָס מיידל אָנגעשריבן אַ פֿאָרמעלן פּראָטעסט: „איך בין אַ סאָוועטישע בירגערין, דאַרפֿט איר מיר לאָזן גראַדויִרן!‟ צי דאָס מיידל האָט טאַקע גראַדויִרט, צי נישט, ווייסט מען עד־היום נישט, נאָר איין זאַך איז קלאָר: זי האָט, אַ פּנים, נישט געפֿילט קיין סתּירה צווישן איר אידענטיטעט ווי אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע פֿרוי און אַ מאָדערנע סאָוועטישע בירגערין.
„ווען מע לייענט דאָס בוך, הערט מען טאַקע דעם מענטשלעכן קול,‟ האָט זיפּערשטיין געזאָגט. „ס׳איז נישט אָנגעשריבן מיט אַבסטראַקציעס, נאָר ווי אַ געשיכטע פֿון אמתע מענטשן.‟
הגם עליסאַ בן־פּורת איז שוין יאָרן לאַנג פֿאַראינטערעסירט אין דער רוסישער געשיכטע און קולטור, איז איר אייגענער הינטערגרונט אַ גאַנץ אַנדערער. געבוירן איז זי אין פֿלאָרענץ, איטאַליע, און דערצויגן געוואָרן אין מאָדענע. דער ייִדישער ייִשובֿ אין מאָדענע איז געווען זייער אַ קליינער: בלויז 70 ייִדן אין אַ באַפֿעלקערונג פֿון 250,000 נפֿשות, אָבער זי האָט זיך אויסגעלערנט דעם אַלף־בית און שטודירט אויף בת־מיצווה, מיטן אָרטיקן אָרטאָדאָקסישן רבֿ.
אין דער זעלבער צײַט האָט עליסאַ אָנגעהויבן לייענען איבערזעצונגען פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, ווי, למשל, טאָלסטויס דערציילונגען פֿאַר קינדער. אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי קומט אַן איטאַליעניש־געבוירענע ייִדישע טאָכטער צו דער רוסישער ליטעראַטור, האָט זי געענטפֿערט, אַז ס׳איז נישט קיין חידוש, ווײַל די שטאָט מאָדענע איז געווען זייער נאָענט צו באָלאָניע. „מע רופֿט די שטאָט באָלאָניע ׳לאַ ראָסאַ׳ — די רויטע — ווײַל דאָרט איז געבוירן געוואָרן די איטאַליענישע לינקע באַוועגונג,‟ האָט זי דערקלערט.
בעת אירע שטודיעס אינעם באָלאָניער אוניווערסיטעט, האָט בן־פּורת זיך ממש פֿאַרליבט אין דער רוסישער געשיכטע, און באַשלאָסן זיך צו לערנען רוסיש. און טאַקע דעמאָלט האָט אירס אַ פּראָפֿעסאָר, וואַלעריאָ מאַרשעטי — אַ ייִדיש־רעדנדיקער ייִד, וועלכער האָט איר געהאָלפֿן שרײַבן אַ פֿאָרש־אַרבעט וועגן דעם היסטאָריקער שמעון דובנאָוו — איר געזאָגט פּראָסט־און־פּשוט: „אויב דו ווילסט שטודירן די געשיכטע פֿון די רוסישע ייִדן, מוזסטו אַוועק פֿון איטאַליע און זיך גיין אויסלערנען ייִדיש.‟
וכּך־הווה. אין 1996 און 1997 האָט זי שטודירט ייִדיש אין ייִוואָ, באַקומען אַ מאַגיסטער אין דער ייִדישער געשיכטע פֿונעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ און איר דאָקטאָראַט אין סטאַנפֿאָרד, און יאָרן לאַנג דורכגעפֿירט די אינטענסיווע פֿאָרש־אַרבעט פֿון די ייִדן אין צווישן־מלחמהדיקן מינסק. אַפֿילו נאָך דעם ווי זי איז געוואָרן אַ מאַמע פֿון צוויי קינדער, האָט עס זי נישט אָפּגעשטעלט, און זי פֿלעגט זיי מיטברענגען אויף אירע פֿאָרש־רײַזעס קיין זשיטאָמיר, גראָדנע און בערדיטשעוו.
און ווער האָט געהיט די קינדער בעת זי האָט דורכגעבלעטערט די אַלטע, פֿאַרכאַפּנדיקע דאָקומענטן אין די אַרכיוון? „אין מינסק, איידער סאָניע איז געבוירן געוואָרן, איז עליע געווען מיט דודן אין ווילנע. און אין קיִעוו אין 2010, איז סאָניע געווען מיט אַ ניאַניע, און עליע אין דער ייִדישער פּערק [טאָגהיים].‟
קאָמפּליצירט? יאָ, אָבער נישט געדאגהט; עליסאַ בן־פּורת גיט זיך שוין אַן עצה…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.