דער ייִדישער מוזעום פֿון אויסטראַַליע, וואַָס געפֿינט זיך אין מעלבורן, האַָט פֿאַַרעפֿנטלעכט זײַן פּּראַָגראַַם פֿאַַרן פֿערטל־יאַָר פֿֿון יאַַנואַַר ביז מאַַרץ 2014. עס וועלן זיך עפֿענען די אויסשטעלונגען „סעזאַָנען פֿונעם ייִדישן יאַָר‟, „שטימעס אַון וויזיעס — ייִדישע פּלאַַקאַַטן‟ און „דורות אויסטראַלישע ייִדן”. דער עולם וועט קענען געניסן פֿון די קורצע קורסן „פֿרויען און די תּורה‟, „די געשיכטע פֿון ייִדישע עסנס‟, „די ייִדישע פּאָליטישע טראַדיציע פֿון ביבלישע צײַטן ביזן הײַנטיקן טאָג‟, „די ישׂראַלדיקע געזעלשאַפֿט דורך פֿילם און טעלעוויזיע‟ און „ס’איז פֿאַראַן אַ סעזאַן, ס’איז פֿאַראַן אַ סיבה”. עפֿנטלעכע פּראָגראַמען וועלן אַרומנעמען די טעמעס „מידסאַמער פֿעסטיוואַל 2014‟ (דאָנערשטיק 30 יאַנואַר), „דער סט. קילדאַ פֿעסטיוואַל‟ (זונטיק 2 פֿעברואַר), „דער אָפֿענער טאָג‟ (זונטיק 9 פֿעברואַר) און „דער לעאַן האַסקין שפּאַציר דורך מעלבורנס שמאַטע־געגנט‟ (זונטיק 30 מאַרץ).
דער יוגנטלעכער יהושע בערנס, וואָס האָט געדינט די פֿאָריקע צוויי יאָר ווי דער געהילף פֿונעם דערפֿאָלגרײַכן פּאָליטיקער פֿונעם „ייִדישן לייבאָר פּאַרטיי‟, מײַקל דענבי, האָט געמאָלדן, אַז ער וועט קאַנדידירן אויפֿן אַמט, וואָס ווערט איצט פֿאַרנומען דורכן יונגן ייִדישן ליבעראַלן פּאָליטיקער, דייוויד סאַוטוויק. בערס איז אַ גראַדואַנט פֿון דער „הר הצופֿים טאָגשול‟ אין מעלבורן און איז אַ לאַנג-יאָריקער סקיפֿיסט. ער האַט באַדינט זײַן יוגנט-גרופּע ווי אַ העלפֿער און ווי איינער פֿון די פֿאָרזיצערס פֿון דער בונדישער יוגנט-גרופּע. בערנס האָט אויך געשפּילט אויף איינער פֿון די „מכּבי‟ קוישבאָל־מאַנשאַפֿטן. ער האָט זיך געלערנט פּאָליטיק אין מאַנאַש־אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט זיך געלערנט ייִדיש.
דער שטאָטישער קטיגור פֿאַר ניו־סאַוט וויילס האָט באַשטימט, אַז צוויי פֿון די וועלכע ווערן באַשולדיקט אינעם אַנטיסעמיטישן אָנפֿאַל אויף אַ ייִדישער משפּחה אויף דער גאַס אין דער סידנעיער געגנט באַנדיי וועלן געמישפּט ווערן פֿון אַ ריכטער און זשורי. דער אָנפֿאַל איז פֿאָרגעקומען פֿרײַטיק, דעם 25סטן אָקטאָבער 2013.
הרבֿ מאיר שלמה קלוגאַנט, אַן אָנגעשטעלטער פֿון דער לאָקאַלער פּאָליציי אין דער שטאָט וויקטאָריע, האָט געהאָלפֿן די פּאָליציי וועלכע זײַנען אַרויסגערופֿן געוואָרן צו אַ דירה אין מידלפּאַרק וואָס האָט זיך אויפֿגעריסן, שבת דעם 4טן יאַנואַר. צוויי פּאָליציאַנטן זײַנען שווער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. הרבֿ קלוגאַנט האָט באַזוכט די פֿאַרוווּנדיקטע אין שפּיטאָל און האָט אויך באַזוכט זייערע מיטאַרבעטער.
דער אויסטראַליש-ייִדישער קאָמיקער דזשאַן שאַפֿראַן, וואָס איז באַרימט פֿאַר זײַנע טעלעוויזיע־ אַון ראַדיאָ־אוידיציעס, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן ערשטן ראָמאַן — אַ מיסטעריע וועגן אַ פֿאַרברעכן אין מיסיסיפּי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.