כּמעט מיט 350 יאָר נאָך דעם, ווי אַ פֿראַנצויזישער ייִד איז פֿאַראורטיילט געוואָרן צום טויט נאָך אַ בלוט־בילבול, האָט מען דערקלערט, אַז ער איז נישט געווען שולדיק און מע האָט אים באַצייכנט ווי אַ מאַרטירער.
אינעם יאָר 1670, האָט מען פֿאַרמישפּט און פֿאַרברענט אויפֿן שײַטער רפֿאל לוי, אַ פּשוטן ייִדישן סוחר, אינעם דערמאָרדן דאָס דרײַ־יאָריקן ייִנגל דידיע לעמואַן — כּלומרשט, כּדי אויסצונוצן זײַן בלוט פֿאַר ריטואַלע צוועקן. דאָס איז געשען אינעם דאָרף גלאַטיני, וואָס געפֿינט זיך אין דער מאָזעל־געגנט, אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון פֿראַנקרײַך.
זונטיק, דעם 19טן יאַנואַר, האָט די צײַטונג „לע פֿיגאַראָ‟ איבערגעגעבן, אַז די אָרטיקע מוניציפּאַלע אַדמיניסטראַציע האָט אײַנגעשטעלט אויף אַ געזעלשאַפֿטלעכן בנין אין גלאַטיני אַן אָנדענק־שילד לעבן דעם אָרט, וווּ לוי איז אומגעבראַכט געוואָרן. אויף דער אויפֿשריפֿט ווערט דערמאָנט „אַ ייִדישער מאַרטירער פֿון בוליי, וועלכער איז באַשולדיקט געוואָרן אין פֿאַרברעכן, וואָס ער איז נישט באַגאַנגען‟. בוליי איז געווען דאָס דאָרף, וווּ לוי האָט געוווינט.
בעת דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿונעם מעמאָריאַל, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט בערך 100 מענטשן, אַרײַנגערעכנט די פֿאָרשטייער פֿון דער מאָזעלער ייִדישער קהילה, און יואל מערגווי, דער פּרעזידענט פֿון דער „קאָנסיסטאָריע‟ (Consistoire) — די אָפֿיציעלע ייִדישע אָרגאַניזאַציע, וואָס טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן רעליגיעזן באַדינסט פֿון די פֿראַנצויזישע ייִדן.
וויקטאָר סטאַלאָן, דער מעיאָר פֿון גלאַטיני, האָט געזאָגט, אַז איצט קאָן זײַן שטעטל נאָרמאַליזירן די באַציִונגען מיט דער ייִדישער קהילה. אַנרי שומאַן, אַ מיטאַרבעטער פֿונעם אָרטיקן אָפּטייל פֿון דער „קאָנסיסטאָריע‟, האָט דערציילט דער „פֿיגאַראָ‟, אַז נאָך לויס טראַגישן טויט, האָט די ייִדישע קהילה דערקלערט, אַז גלאַטיני איז אַ פֿאַרשאָלטן אָרט, וווּהין אַ ייִד טאָר בשום־אופֿן נישט גיין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.