צװישן די פּערסאָנאַזשן פֿון שלום אַשס צװײ ראָמאַנען, װאָס שילדערן די רוסיש־ייִדישע סבֿיבֿה אין דער הױפּטשטאָט פֿון דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע, איז פֿאַראַן אַ ניט־סימפּאַטישער פּאַרשױן. אין „מערי‟ (1913) איז דאָס מאַקסימאָװיטש, „אײנער פֿון די באַדײַטנדיקסטע רוסישע עסטעטיקער און דענקער‟, װעלכער האָט דערצו „געהאַט אַ שװאַכקײט צו אַכצן־יעריקע מײדלעך‟. אַ סך בײזער װערט דער דאָזיקער מענטש געשילדערט אין „פּעטערבורג‟. דאָ טרעט ער אַרױס אין דער געשטאַלט פֿון אַ „קאַבאַרעטן–מױז‟, באָריס אַבראַמאָװיטש. אָנגעטאָן אין אַ „שװאַרץ װעסטל פֿון אַ פּראָטעסטאַנטישן גלח‟, דרשנט ער ליבע צו דעם רוסישן פֿאָלק: „גאַנץ רוסלאַנד איז פֿאַרברידערט און פֿאַרשװעסטערט‟.
עס איז ניט קלאָר, מיט װאָס האָט דער באַקאַנטער רוסישער קריטיקער אַקים װאָלינסקי ניט אױסגענומען בײַ אַשן, דעמאָלט אַ יונגן אַמביציעזן שרײַבער פֿון װאַרשע, װעלכער איז געקומען צו שלאָגן זיך אין די פּעטערבורגער הױכע פֿענצטער. מסתּמא איז װאָלינסקי ניט געװען אַנטציקט פֿון אַשס פּיעסעס, װאָס זײַנען געגאַנגען אױף דער רוסישער בינע. אָבער װי עס זאָל ניט זײַן, האָט אַש גענוצט װאָלינסקיס געשטאַלט צו מאַכן חוזק פֿון דער גאַנצער אַסימילירטער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ.
די נײַע װאָגיקע און פּרטימדיקע פֿאָרשונג פֿון פּראָפֿעסאָר יעלענאַ טױלסטאַיאַ בײַם העברעיִשן אוניװערסיטעט, מאָלט אַ לעבעדיקן פּאָרטרעט פֿון װאָלינסקי, װי אײנער פֿון די צענטראַלע פֿיגורן אין דער רוסישער קולטור פֿון דער „זילבערנער תּקופֿה‟ סוף 19טן, אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט. געבױרן אין זשיטאָמער װי חיים פֿלעקסער אין אַן אַסימילירטער ייִדישער משפּחה אין 1861, איז ער געקומען קײן פּעטערבורג װי אַ קינד, און האָט באַװיזן אָנצוקומען אינעם פּעטערבורגער אוניװערסיטעט נאָך אײדער די רוסישע רעגירונג האָט אײַנגעפֿירט די „פּראָצענט־נאָרמע‟ קעגן ייִדן. אָבער קײן װײַטערע אַקאַדעמישע קאַריערע האָט ער, װי אַ ייִד, ניט געקאָנט מאַכן.
פֿלעקסער האָט פֿון קינדװײַז אָן געהאַט אַ טיפֿן אינטערעס צו דער קריסטלעכער רעליגיע און קונסט, און האָט אַפֿילו געשריבן אַרטיקלען פֿאַר די קריסטלעכע זשורנאַלן; אָבער צו בײַטן זײַן רעליגיע האָט ער בשום־אופֿן ניט געװאָלט און איז פֿאַרבליבן אַ ייִד.
דער אײנציקער װעג, װאָס איז דעמאָלט געװען אָפֿן פֿאַר אַ רוסיש־ייִדישן אינטעליגענט איז געװען „פֿרײַע פּראָפֿעסיעס‟, און פֿלעקסער האָט זיך אין גיכן קונה־שם געװען װי אַ ליטעראַרישער קריטיקער אין דער רוסיש־ייִדישער פּרעסע. אָבער אין גיכן איז די ייִדישע ליטעראַטור געװאָרן צו שמאָל פֿאַר אים, בפֿרט אַז זײַן הױפּט־אינטערעס איז געװען די מאָדערנע טענדענצן אין דער רוסישער און אײראָפּעיִשער קולטור. פֿלעקסער–װאָלינסקי איז געװאָרן אײנער פֿון די הײסע חסידים פֿונעם רוסישן סימבאָליזם, װאָס אין זײַנע אױגן האָט צונױפֿגעשמאָלצן די מאָדערנע אײראָפּעיִשע עסטעטיק מיט דער קריסטלעכער גײַסטלעכקײט. דערצו איז ער געװען אַ שׂונא פֿון פּאָזיטיװיזם און מאַטעריאַליזם אין ליטעראַטור. זײַן שאַרפֿער פּאָלעמישער סטיל האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ צילפּונקט פֿאַר אַטאַקעס סײַ מצד די לינקע, פּראָגרעסיװע קריטיקער, סײַ מצד די רעכט־קאָנסערװאַטיװע רוסישע אַנטיסעמיטן.
ניט געקוקט אױף זײַן שם װי אַן אינטעלעקטועלער פּראָװאָקאַטאָר, האָט װאָלינסקי אונטערגעהאַלטן פּערזענלעכע באַציִונגען מיט אַלע באַרימטע רוסישע שרײַבער פֿון זײַן צײַט: לעװ טאָלסטױ, אַנטאָן טשעכאָװ, מאַקסים גאָרקי, דמיטרי מערעזשקאָװסקי. אין זײַנע ביכער װעגן דאָסטאָיעװסקי, טשעכאָװ, לעאָנאַרדאָ דאַ װינטשי האָט ער באַטאָנט דעם סימבאָלישן, גײַסטלעכן און רײן עסטעטישן מהות פֿון זײערע װערק. אין דער סאָװעטישער צײַט האָט מען אין װאָלינסקין פֿאַרגעסן, אָבער זײַנע אידעען זײַנען אַרײַן אינעם „קאָלעקטיװן באַװוּסטזײַן‟ פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ, האַלט טאָלסטאַיאַ.
װי אַ ייִד, האָט װאָלינסקי ניט געהאַט קײן װױנרעכט אין דער רוסישער חױפּטשטאָט. אָפֿיציעל איז ער געװען רעגיסטרירט אין דער פּאָליצײ װי אַ דינער בײַ זײַן פֿרײַנד, דעם באַרימטן רוסישן אַקטיאָר ניקאָלײַ כאָדאָטאָװ. דװקא אין כאָדאָטאָװס געראַמער דירה האָט זיך װאָלינסקי געטראָפֿן מיט שלום אַשן און אַנדערע ייִדישע ליטעראַטן. אינטערעסאַנט, װאָס אַשס אינטערעס צום קריסטנטום שטאַמט אױך פֿון יענער צײַט, הגם אין זײַנע ראָמאַנען מאַכט ער חוזק פֿון װאָלינסקיס ליבע צו איקאָנעס. ס‘קאָן זײַן, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס אַש האָט ליב געהאַט דעם קאַטױלישן נוסח פֿון קריסטנטום, און װאָלינסקי — דעם פּראַװאָסלאַװנעם. װאָלינסקיס לעבעדיקע און קאָלירפֿולע פֿיגור באַװײַזט זיך אױך אין אַנדערע ליטעראַרישע װערק בײַ רוסישע און ייִדישע שרײַבער, װי למשל, בײַ װלאַדימיר זשאַבאָטינסקי, אָסיפּ דימאָװ און מאַריעטאַ שאַגיניאַן.
פֿון ליטעראַטור איז װאָלינסקיס אינטערעס אַריבער צום טעאַטער און בפֿרט צום באַלעט. אין די לעצטע יאָרן פֿון דער רוסישער אימפּעריע איז ער געװאָרן אײנער פֿון די װיכטיקסטע דעה־זאָגער אױפֿן דאָזיקן געביט. דערצו איז ער געװען פֿאַרליבט אין דער באַרימטער באַלערינע אידאַ רובינשטײן און האָט זי אַפֿילו גערופֿן „מײַן כּלה‟, אָבער דער ראָמאַן האָט ניט געדױערט לאַנג. מיט איר צוזאַמען האָט װאָלינסקי געזוכט די װאָרצלען פֿון דער מאָדערנער באַלעט־קונסט אין די אַלט־גריכישע מיסטעריעס. באַלעט איז פֿאַר אים געװען די העכסטע קונסט־פֿאָרעם װאָס האָט אויסגעדריקט רוחניות דורך גשמיות.
אין די אָנהײב 1920ער יאָרן איז װאָלינסקי געװאָרן אַן אָנהענגער פֿון דער העברעיִשער טעאַטער־סטודיע „הבימה‟, װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר דער „סאַמע גײַסטרײַכער קבֿוצה אין דעם הײַנטיקן רוסלאַנד‟. אין 1923 האָט ער צוגעגרײט צום דרוק אַ טעאָרעטישן חיבור װעגן דעם נײַעם טעאַטער, אָבער דאָס בוך איז קײן מאָל ניט אַרױס. טאָלסטאַיאַ געפֿינט אַן אָפּקלאַנג פֿון װאָליסקיס אידעען אין דעם באַקאַנטן עסײ פֿון אָסיפּ מאַנדעלשטאַם װעגן שלמה מיכאָעלס. מיט דער צײַט אָבער איז די קאָלירפֿולע און סתּירותדיקע פֿיגור פֿון אַקים װאָלינסקי פֿאַרגעסן געװאָרן, און ערשט אין די לעצטע יאָרן האָט מען אים װידער אַנטדעקט װי אַ מין נבֿיא פֿון מאָדערניזם אין דער רוסישער קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.