ייִדיש אין מצרים

Yiddish in Egypt

חנה־שמעונה קיפּניס־קינג (לינקס) אין עגיפּטן מיט איר חבֿרטע סאַלמאַ כעגאַב
Hanna Kipnis-King
חנה־שמעונה קיפּניס־קינג (לינקס) אין עגיפּטן מיט איר חבֿרטע סאַלמאַ כעגאַב

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 22, 2014, issue of February 14, 2014.

מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, האָט מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן דערציילט אינעם „פֿאָרווערטס‟ וועגן איר עגיפּטישן ייִדיש־תּלמיד, ד״ר אַכמעד מאַגרעבי. ס׳איז געווען פֿאַר איר אַ גרויסער חידוש, וואָס אין אין אַזאַ לאַנד וויל עמעצער זיך לערנען ייִדיש.

פֿאַר מיר איז דאָס קיין גרויסער חידוש נישט געווען. כּלערליי מענטשן, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל אַראַבער און מוסולעמענער, לערנען הײַנט ייִדיש צוליב פֿאַרשיידענע סיבות. ייִדיש־קולטור האָט אַמאָל געבליט אין עגיפּטן, דער עיקר אינעם קאַיִרער ראַיאָן דאַרב אַל־באַראַביראַ. הגם ס׳רובֿ דאָרטיקע ייִדן זענען געווען מיזרחדיק־ספֿרדישע און גערעדט אויף אַראַביש, זענען אַהין אַנטלאָפֿן, אָנהייבנדיק פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, נישט ווייניק ייִדיש־רעדער פֿון מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָבן דאָרטן געעפֿנט אַן אייגענעם ייִדישן טעאַטער און אַרויסגעגעבן אַ צײַטונג אויף ייִדיש.

מיט אַ חודש צוריק, איז אינעם ייִדישן „הלל‟־קלוב בײַם סוואַרטמאָר־קאָלעדזש געשען אַ קליין איבערקערעניש, וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ ברייטן אָפּרוף אין דער ייִדישער פּרעסע. דער קלוב האָט דערקלערט, אַז די קריטיקער פֿון ציוניזם און ישׂראל קאָנען זיך פֿרײַ באַטייליקן אין זייער „אָפֿענעם הלל‟, להיפּוך צו די אַלגעמיינע כּללים פֿון דער דאָזיקער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישע סטודענטן.

חנה־שמעונה קיפּניס־קינג, אַ יונגע ייִדישע סטודענטקע, וואָס שטודירט איצט ייִדיש אינעם סוואַרטמאָר־קאָלעדזש, באַטייליקט זיך אַקטיוו אין דער טעטיקייט לטובֿת דעם „אָפֿענעם הלל‟. אין אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט זי דערקלערט, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט איר וויזיט אין עגיפּטן מיט אַ יאָר צוריק. די באַקאַנטשאַפֿט מיט די דאָרטיקע רעוואָלוציאָנערן האָט בײַ איר אַרויסגערופֿן ספֿקות וועגן דעם ציוניסטישן קוק אויף דער פּאָליטיק, און וועגן ציוניזם בכלל. זי טענהט, אַז אויב „הלל‟ האַלט זיך פֿאַר אַ פּלוראַליסטישער אָרגאַניזאַציע פֿאַר אַלע ייִדן, דאַרף ער דערלויבן די סטודענטן צו באַטראַכטן אַלטערנאַטיווע פּאָליטישע געדאַנקען.

קיפּניס־קינג, אַ לינקע אַקטיוויסטע, האָט פֿאַרבראַכט זיבן חדשים אין עגיפּטן, פֿון אויגוסט 2012 ביז פֿעברואַר 2013. במשך פֿון דרײַ חדשים, האָט זי שטודירט אַראַביש אין קאַיִר. דערנאָך האָט זי געאַרבעט אין אַ מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציע און געוווינט אין דאָקי — אַ ראַיאָן פֿון גיזאַ. דעם 25סטן יאַנואַר, מיט צוויי יאָר נאָכן אָנהייב פֿון דער רעוואָלוציע, האָט זיך אין עגיפּטן אָנגעהויבן אַ נײַע כוואַליע אומרוען. צוליב דעם, האָט קיפּניס־קינג נישט געקאָנט בלײַבן אינעם לאַנד און האָט זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָט זי זיך אָנגעשלאָסן אין דער ייִדיש־פּראָגראַם בײַ דער ייִדישער ביכער־צענטראַלע אין אַמהערסט. אינעם סוואַרטמאָר־קאָלעדזש, פֿאַרנעמט זי זיך מיט געשיכטע, שטודיעס פֿון איסלאַם און ייִדיש — מיט דער פּראָפֿעסאָרין קאַטרין העלערשטיין, די ענגלישע איבערזעצערין פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווקסיס און משה־לייב האַלפּערנס פּאָעזיע. טאַקע אַן עקלעקטישע קאָמבינאַציע פֿון אינטערעסן!

קיפּניס־קינג איז געפֿאָרן קיין עגיפּטן אינמיטן דער דריטער כוואַליע פֿון דער רעוואָלוציע, און געבליבן בעת די ריזיקע מאַסן־פּראָטעסטן קעגן דעם פּרעזידענט מאָכאַמעד מורסי. לעבנדיק אינעם „לאַנד פֿון פּיראַמידן‟, האָט זי זיך באַפֿרײַנדעט מיט אַ צאָל רעוואָלוציאָנערן. איר בעסטע עגיפּטישע חבֿרטע, סאַלמאַ כעגאַב, איז דעמאָלט געווען אַ סטודענטקע פֿונעם קאַיִרער „אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט‟. בעת דער ערשטער כוואַליע פֿון דער רעוואָלוציע, איז כעגאַב געוואָרן אַ באַקאַנטע רעוואָלוציאָנערע בלאָגערין; ווען אירע טאַמע־מאַמע האָבן איר נישט געלאָזט פּראָטעסטירן אויף די גאַסן, האָט זי געפֿירט איר אַגיטאַציע אויפֿן קאָמפּיוטער אין דער היים.

אַ צאָל עגיפּטישע רעגירונג־פֿירער האָבן פֿאַרשפּרייט די קלאַנגען, אַז די אויסלענדער שטייען, כּלומשרט, הינטער די אומרוען אינעם לאַנד. קיפּניס־קינג האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז צוליב דעם איז זי אַליין, זײַענדיק אַן אַמעריקאַנער מיידל, זעלטן געגאַנגען אויף די פּראָטעסטן און זיך באַטייליקט בלויז ווי אַן אָבסערוואַטאָרין.

די ייִדישע אַקטיוויסטקע האָט געשמועסט מיט אונדזער צײַטונג וועגן איר לעבן אין עגיפּטן. דער מחבר פֿון די שורות האָט געהערט פֿון די מערבֿדיקע אַנאַרכיסטן, אַז זיי זענען נתפּעל פֿון די אַנאַרכיסטישע עלעמענטן אינעם „אַראַבישן פֿרילינג‟; האָב איך געפֿרעגט חנה, וואָס מיינט זי וועגן דעם?

„ס׳איז שווער צו זאָגן‟. זי וואָלט נישט געשילדערט די עגיפּטישע אַנאַרכיסטן ווי אַ קאָנקרעטע באַוועגונג. אַ טייל רעוואָלוציאָנערן, וואָס זי וואָלט זיי געקאָנט כאַראַקטעריזירן ווי אַנאַרכיסטן, באַנוצן זיך נישט מיט אַזאַ פּאָליטישער טערמינאָלאָגיע. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט זי געטראָפֿן אַזעלכע מענטשן, וואָס רופֿן זיך אַליין אַנאַרכיסטן, אָבער זענען לאַוו־דווקא מסכּים מיט די פּאָזיציעס, וואָס פֿאַר איר אַסאָציִיִרן זיך מיט די מערבֿדיקע אַנאַרכיסטישע באַוועגונגען.

חנה־שמעונה קיפּניס־קינג (אינעם סאַמע צענטער) אין דער ייִדישער ביכער־צענטראַלע, אַמהערסט, דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער
‏Hanna Kipnis-King
חנה־שמעונה קיפּניס־קינג (אינעם סאַמע צענטער) אין דער ייִדישער ביכער־צענטראַלע, אַמהערסט, דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער

חנה האָט דערציילט, אַז די אַקטיווסטע „אַנאַרכיסטישע‟ באַוועגונג אין עגיפּטן איז געווען דער „שוואַרצער בלאָק‟, וועלכער איז אויפֿגעקומען סוף האַרבסט 2012. אַ סך אָרטיקע רעוואָלוציאָנערן האָבן זיך אָבער זייער סקעפּטיש באַצויגן צו דער טעטיקייט פֿון דער דאָזיקער גרופּע. אירע פֿאַרשיידנאַרטיקע באַטייליקטע האָבן געהאַט גאַנץ היפּוכדיקע און לאַוו־דווקא רעוואָלוציאָנערע כּוונות.

פֿון איר חבֿרטע סאַלמאַ און אַ סך אַנדערע רעוואָלוציאָנערן האָט חנה געהערט, אַז פֿאַר זיי איז דער וויכטיקסטער צוועק פֿון די פּראָטעסטן געווען די פֿרײַהייט פֿון וואָרט. כּל־זמן זיי האָבן נאָך נישט באַקומען דאָס דאָזיקע רעכט, זענען זיי נישט פֿאַראינטערעסירט אין קיין קאָנקרעטע פּאָליטישע באַוועגונען.

וואָס טראַכט דער עולם אין עגיפּטן וועגן ייִדן, ייִדישקייט און ייִדיש? די יונגע ייִדישיסטקע האָט געזאָגט, אַז זי האָט אַ סך מאָל גערעדט מיט די עגיפּטער וועגן ייִדישקייט און דערציילט זיי, אַז זי איז אַ ייִדיש מיידל. בדרך־כּלל, האָבן זיי זיך באַצויגן פּאָזיטיוו און נײַגעריק. אין אַ סך פֿאַלן האָבן זיי זיך באַצויגן צו איר אַ סך פֿרײַנדלעכער, ווי צו אַנדערע אַמעריקאַנער — מעגלעך, כּדי צו ווײַזן, אַז זיי האָבן נישט קיין פֿאָראורטל קעגן ייִדן. שמועסנדיק מיט איר, האָבן די מוסולמענער כּסדר באַמערקט, אַז צווישן ייִדישקייט און איסלאַם זענען פֿאַראַן אַ סך ענלעכקייטן, און אַז אינעם תּנ״ך און קאָראַן ווערן דערציילט זייער ענלעכע מעשׂיות וועגן די זעלביקע פּערסאָנאַזשן.

חנה האָט פֿאַרבראַכט נישט ווייניק צײַט מיט דער קליינטשיקער אָרטיקער ייִדישער קהילה, וואָס באַשטייט פֿון בערך 20 עלטערע פֿרויען. קאַרמען ווײַנשטיין ז״ל האָט דעמאָלט אָנגעפֿירט מיט דער קהילה און האָט געבעטן חנה צו אָרגאַניזירן די תּפֿילות יום־כּיפּור און שׂימחת־תּורה אין דער קאַיִרער שיל „שער השמים‟. אויף וויפֿל חנה ווייסט, איז זי געווען די ערשטע פֿרוי, וואָס האָט געדינט דאָרטן ווי אַ חזנטע און בעל־קוראטע.

קאַרמען האָט אַ ביסל געקענט ייִדיש. רעדנדיק אויף אַראַביש, וואָלט זי, פֿון צײַט צו צײַט, אַרײַנגעשטעקט ייִדישע פֿראַזעס. איר טאַטע האָט גערעדט אויף ייִדיש מיט די אַנדערע קאַיִרער אַשכּנזים, און האָט ליב געהאַט צו לייענען די ייִדישע ליטעראַטור. מיט אַ חודש נאָך חנהס אומקערן זיך קיין אַמעריקע, איז ווײַנשטיין ניפֿטר געוואָרן. עס קאָן זײַן, אַז זי איז געווען די לעצטע אַשכּנזישע פֿרוי אין עגיפּטן.

לעבנדיק אין קאַיִר, האָב חנה דורכגעפֿירט אַ קליינע פֿאָרשונג וועגן דער אַמאָליקער ייִדיש־קולטור אין דער דאָזיקער שטאָט. אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, איז דאָרטן געווען אַ ייִדיש־שפּראַכיקע טעאַטראַלישע טרופּע און אַ ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַם.

חנה באַדאַנקט די ייִדיש־פּראָגראַם אין אַמהערסט און איר איצטיקע פּראָפֿעסאָרין פֿאַר דעם, וואָס זי לייענט איצט אויף ייִדיש, און האָט הנאָה פֿון די אַרטיקלען אין אונדזער צײַטונג. „אויב איך פֿאָר ווידער קיין עגיפּטן, וועל איך זיך זיכער פֿאַרבונדן מיט יענער פּראָפֿעסאָר, דערמאָנט אין מרים האָפֿמאַנס אַרטיקל, וואָס אינטערעסירט זיך מיט ייִדיש‟.

חנה זאָגט, אַז זי באַציט זיך ערנסט צו הלכה. נישט לאַנג צוריק, אין אַ שמועס מיטן „Forward‟, האָט זי געטענהט, אַז די כּשרע קיך בײַ איר „הלל‟ איז אָפֿן בלויז פֿרײַטיק און פּסח.

אַז מע רעדט שוין וועגן עגיפּטן, ייִדיש, מיצוות און די סיכסוכים אַרום דעם „אָפֿענעם הלל‟, וויל איך דערציילן אַ חידושדיקע חסידישע דבֿר־תּורה, וועלכע איז געפֿעלן געוואָרן דער ייִדיש־סטודענקע בעת אונדזער שמועס. דער מונקאַטשער רבי, חיים־אלעזר שאַפּיראָ, באַקאַנט ווי „מנחת־אלעזר‟, דערמאָנט אין זײַן ספֿר „שער ישׂשכר‟, אַז די עשׂרת־הדברות הייבן זיך אָן מיטן וואָרט „אנוכי‟ — „איך‟. די חז״ל באַמערקן אין די מדרשים, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט שטאַמט פֿון אַלט־מיצריש, און ברענגען טאַקע אַ ראַיה — זעט אויס, פֿון קאָפּטיש, אַ שפּעטערדיקע פֿאָרעם פֿון מיצריש.

פֿאַרוואָס זאָל דער אייבערשטער אָנהייבן זײַנע ווערטער אויפֿן באַרג סיני דווקא פֿון אַ מיצריש וואָרט? דער מונקאַטשער רבי דערקלערט, אַז דאָס איז נישט געווען סתּם מיצריש, נאָר דאָס אייגנאַרטיקע לשון פֿון ייִדן — ייִדיש פֿון יענער תּקופֿה. דער באַשעפֿער האָט געהייסן ייִדן צו רעדן דווקא אויף זייער טראַדיציאָנעלער גערעדטער שפּראַך, און נישט אויף העברעיִש. דער מחבר גיט צו, אַז פֿאַר די ספֿרדים איז אויך וויכטיק צו רעדן אויף לאַדינאָ.

עס באַקומט זיך, אַז די גאַנצע מתּן־תּורה האָט זיך אָנגעהויבן פֿון דער מיצווה צו רעדן אויף ייִדיש! ס׳איז שווער אויסצוטראַכטן אַ מער ראַדיקאַלן אַרגומענט קעגן די העברעיִסטן לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך. דער מונקאַטשער רבי איז אָבער געווען איינער פֿון די שאַרפֿסטע אַנטי־ציוניסטן; אין די הײַנטיקע „הלל‟־קלובן, אַחוץ סוואַרטמאָר, וואָלט מען אַזאַ בעל־דרשן נישט אַרײַנגעלאָזט.