ט‟ו בשבֿט איז געפֿײַערט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס דורכן קק‟ל מיט פֿאַרשיידענע אַקטיװיטעטן. מען האָט געפֿלאַנצט ביימער אין אַ סך שטעט מיט דער שותּפֿות פֿון לאָקאַלע מונוציפּאַליטעטן; און װײַל די שולן אַמטירן ניט, װעט מען דורכפֿירן פֿלאַנצונגען מיט תּלמידים פֿון שולן פֿונעם גאַנצן לאַנד דעם 30סטן אַפּריל, װען אין אַרגענטינע פֿײַערט מען דעם „טאָג פֿון בוים‟. אַ קאַמפּיין צו פֿלאַנצן ביימער אין די װעלדער פֿון קק‟ל אין ישׂראל האָט אויך געבראַכט גלענצנדיקע רעזולטאַטן.
דער ייִדישער אימפּרעסאַר עדואַרדאָ עלשטיין איז אפֿשר איינער פֿון די פֿאַרמעגלעכסטע ייִדן אין אַרגענטינע. ער שטיצט כּסדר ייִדישע און ניט ייִדישע אינסטיטוציעס. ער איז אַ באַנקיר, װאָס האָט אינטערעסן אין פֿאַרשיידענע אָפּצװײַגן פֿון דער װירטשאַפֿט. לעצטנס, האָט ער באַקומען די דערלויבעניש אין ישׂראל אָפּצוקויפֿן IDB. זײַן געזעלשאַפֿט איז די אייגנטימערן פֿון די גרעסטע קויפֿצענטערס אין אַרגענטינע. אַ שטרײַק פֿון די אָנגעשטעלטע אין די קויפֿצענטערס האָט זיך אויסגעלאָזט מיט אַנטיסעמיטישע אַטאַקעס קעגן עלשטיינען, און די שטאָט בוענאָס־אײַרעס איז פֿאַרפֿלייצט געװאָרן מיט פּלאַקאַטן מיט זײַן בילד. די קהילה און די „דאַיאַ‟ האָבן שאַרף רעאַגירט, אָבער ניט די רעגירונג און ניט די מוניציפּאַליטעט האָבן זיך אַרויסגעזאָגט װעגן דעם.
אין מאַר דעל פּלאַטאַ, אַ דאַטשע־פּלאַץ בײַם ים, אַ 400 ק‟מ פֿון בוענאָס־אײַרעס, איז פֿאָרגעקומען די ערשטע לאַטײַן־אַמעריקאַנער קאָנפֿערענץ פֿון מוזייען. דער ייִדישער מוזיי איז געװען פֿאַרטראָטן דורך איר דערציִונג־סעקרעטאַרשע בלומע דימענט, װאָס האָט רעפֿערירט אויף דער טעמע „טעאַטראַלישקייט אין די מוזייען‟ — אַ נײַער צוגאַנג פֿאַר דער פֿאָרשונג און דער אַנטװיקלונג פֿונעם באַזוכער־דערפֿאַרונג.
אין דער אַרגענטינער ייִדישער פּרעסע האָט מען דערמאָנט צװיי געשעענישן, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין חודש יאַנואַר, און װאָס האָבן אַ שײַכות מיט דער װאַרשעװער געטאָ. דעם 9טן יאַנואַר 1943 האָט הענריך הימלער באַפֿוילן אָנהייבן צו דעפּאַרטירן די ייִדן פֿון דער געטאָ. במשך דער „אַקציאָן‟ װאָס האָט זיך פֿאַרצויגן אויף דרײַ חדשים, זײַנען אַ 300.000 ייִדן אַרויסגעשיקט געװאָרן קיין טרעבלינקע. דעם 18טן יאַנואַר קומען אַרײַן די נאַצישע חיילות, און די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס װאַרטן אויף זיי און הייבן אָן אַ װידערשטאַנד, װאָס צװינגט די נאַציס דעם 22סטן יאַנואַר פֿאַרלאָזן די געטאָ. די נאַצישע אַטאַקע צו פֿאַרענדיקן מיט דער דעפּאָרטאַציע האָט זיך אָנגעהויבן דעם 19טן אַפּריל.
די צװייטע דאַטע איז דער 20סטער יאַנואַר 1942, װען עס האָט זיך אָנגעהויבן די קאָנפֿערענץ אין װאַנסע, ניט װײַט פֿון בערלין, װוּ עס איז אָגענומען געװאָרן די „ענדגילטיקע לייזונג‟, אַן אייפֿעמיזם אויף דער ליקװידאַציע פֿון ייִדישן פֿאָלק אין אייראָפּע.
די טשילענער פֿוסבאָל־פֿעדעראַציע האָט באַשטראָפֿט די מאַנשאַפֿט „פּאַלעסטינאָ‟ אויף אַן ערך 1300 דאָלאַר און זי געצװוּנגען צו בײַטן די העמדלעך, װוּ זיי האָבן אַנשטאָט אַ ציפֿער, זיך באַניצט מיט אַ מאַפּע, וווּ זיי האָבן אָפּגעמעקט ישׂראל. „פּאַלעסטינאָ‟ איז געגרינדעט געװאָרן אין די 1920ער יאָרן דורך די פּאַלעסטינער אימיגראַנטן, און איר פאָרזיצער, פֿערנאַנדאָ אַגואַד, האָט דערקלערט, אַז ער נעמט אָן דעם באַשלוס. זיי װעלן זיך אויף להבא באַניצן מיט אַ נומער איינס, אַנשטאָט דער מאַפּע. הײַנט װוינען אין טשילע אַן ערך 300,000 פּאַלעסטינער, די גרעסטע צאָל אויף דער װעלט אויסער דעם מיטעלן מיזרח.
אין דעם באַשיידענעם הויז, װאָס איז די רעזידענץ פֿון פּויפּסט פֿראַנסיס אין רוים, איז פֿאָרגעקומען אַ היסטאָרישע טרעפֿונג. ער האָט אויפֿגענומען װי „ברידער‟ און פֿאַרבראַכט מיט אַ צענדליק אַרגענטינער רבנים און פֿאָרשטייער פֿון דער בוענאָס־אײַערעסער קהילה. אויך די ייִדישע איטאַליענישע פֿאָרשטייער האָבן זיך באַטייליקט. צום ערשטן מאָל האָט מען אין װאַטיקאַן דערלאַנגט כּשרע מאכלים בײַ אַן אינטימער אויפֿנאַמע. צװישן די באַטייליקטע האָט זיך געפֿונען הרבֿ סקאָרקאַ, זײַן חבֿר פֿון בוענאָס־אײַערעס, מיט װעלכן ער האָט אָנגעשריבן אַ בוך װעגן די באַציִונגען צװישן ייִדן און קריסטן. פֿראַנסיס האָט אים איבערגעגעבן, אַז אין גיכן װעט דער װאַטיקאַן עפֿענען די אַרכיװן פֿון דער צײַט פֿון חורבן, איידער מען װעט אַװאַנסירן די פֿאַרהייליקונג פֿון פּיוס דעם צװעלפֿטן, און אַז מען װעט אויספֿאָרשן זײַן אויפֿפֿירונג לגבי ייִדן. דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟ האָט געזאָגט, אַז צו וויסן דעם אמת איז אַן אוניװערסאַלע װערט, און אַז דער חורבן האָט ניט נאָר איין שולדיקן. די קירכע דאַרף אויך זאָגן איר דעה װעגן די פֿאָרגעקומענע געשעענישן.
דער קלעזמער שׂמחה דוכאָװ האָט געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג אין זאַל פֿון דער פּויפּסט פֿראַנסיסער קהילה. ער איז אַ יונגער זינגער, קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקער, װאָס האָט אין זײַן רעפּערטואַר טעמעס פֿון דער גאַנצער װעלט. זײַן סטיל פֿאַרמאָגט אַ לאַטײַן־אַמעריקאַנער באַפֿאַרבונג. דער עולם האָט זיך ענטוזיאַסטיש באַטייליקט און אַפֿילו געכאַפּט אַ טענצל אויך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.