האַרונאַ מאַצויִ, אַ 18־יאָריק מיידל, וואָס רעדט נאָר יאַפּאַניש און איז נישט אינגאַנצן זיכער, אין וואָסער אייראָפּעיִש לאַנד זי געפֿינט זיך איצט, איז געדולדיק אָפּגעשטאַנען אַ שעה אונטערן רעגן, צוזאַמען מיט אירע צוויי חבֿרים, כּדי אַרײַנצוקומען אינעם הויז, וווּ עס האָט אַמאָל אַן אַנדער מיידל — אַנאַ פֿראַנק.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט מאַצויִ דערציילט דער ייִט״אַ, אַז נאָך אַ נסיעה קיין פּאַריז און בריסל, איז זי ספּעציעל געקומען קיין אַמסטערדאַם, כּדי צו דערזען אַנאַ פֿראַנקס הויז. די יונגע טוריסטקע האָט איבערגעגעבן, אַז זי האָט איבערגעלייענט די יאַפּאַנישע „מאַגנאַ‟־קאָמיקסן מיט אַדאַפּטאַציעס פֿון פֿראַנקס טאָגבוך און געזען אַלע אַנימאַציע־פֿילמען וועגן דער יונגער מבֿחרטע פֿונעם טאָגבוך, וועלכע האָט זיך אויסבאַהאַלטן אויף אַ בוידעם אין אַמסטערדאַם במשך פֿון צוויי יאָר, ביז די נאַציס האָבן זי נישט געכאַפּט אין 1944, כּדי אומצוברענגען מיט עטלעכע חדשים שפּעטער.
יעדעס יאָר, מער ווי אַ מיליאָן מענטשן באַזוכן אַנאַ פֿראַנקס מוזיי. אין דער לאַנגער ריי בײַם אַרײַנגאַנג קאָן מען באַמערקן טוריסטן פֿון צענדליקער לענדער. דער מוזיי איז איינס פֿון די פּאָפּולערסטע טוריסטישע ערטער אין דער האָלענדישער הויפּטשטאָט.
דווקא אין יאַפּאַן, אָבער, רופֿט אַנאַ פֿראַנק אַרויס אַ באַזונדער שטאַרקן אינטערעס. דאָרטן זענען איר געווידמעט אַ סך יאַפּאַנישע קאָמיקס־ביכער, אַנימאַציע־פֿילמען, אויסשטעלונגען און בילדונג־פּראָגראַמען. אַ טייל יאַפּאַנער שטאָלצירן מיט דעם; אַ צאָל פֿאָרשער האַלטן אָבער, אַז דער גרויסער אינטערעס צו אַנאַ פֿראַנק איז פֿאַרבונדן אויך מיט דער קאָנטראָווערסאַלער טענדענץ צו פֿאָקוסירן זיך אויף די יאַפּאַנישע קרבנות בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און נישט אויף דער קאָאָפּעראַציע מיט די נאַציס.
אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט מאַצויִ געזאָגט, אַז יאַפּאַן האָט פֿאַרנומען, אויף וויפֿל זי ווייסט, נייטראַלע פּאָזיציעס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. „די דײַטשן האָבן געהאַלטן מלחמה מיט די פֿראַנצויזן, ענגלענדער און די ייִדן אין אייראָפּע, און דערנאָך איז געווען אַ מלחמה צווישן אַמעריקע און יאַפּאַן‟.
פֿאַר אַ סך אייראָפּעער, דינט אַנאַ פֿראַנק ווי אַ מעכטיקער סימבאָל פֿונעם חורבן, וואָס דערמאָנט אין דער סכּנה פֿון ראַסיזם. אַלאַן לעווקאָוויטש, אַ פֿראַנצויזישער ייִדישער זשורנאַליסט, וועלכער האָט אָנגעשריבן אַ בוך וועגן פֿראַנקס פּאָפּולאַריטעט אין יאַפּאַן, האָט באַמערקט, אַז דאָרטן ווערט זי אַסאָציִיִרט מיט אַנדערע ענינים. אַנאַ פֿראַנק איז באַקאַנט אין יאַפּאַן ווי אַ פּערסאָנאַזש פֿון פּאָפּולערע קאָמיקסן און אַ סיבמאָל פֿון מלחמה־קרבנות. אַ סך יאַפּאַנער פֿילן אַן עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג מיט איר, ווײַל זיי באַטראַכט זייער לאַנד ווי אַן אומשולדיקן קרבן פֿון די אַמעריקאַנער אַטאָם־באָמבעס.
יעדעס יאָר, באַזוכט בערך 30,000 יאַפּאַנער אַנאַ פֿראַנקס הויז אין אַמסטערדאַם — אויף 5,000 מער, ווי די יערלעכע צאָל ישׂראלדיקע טוריסטן. לעווקאָוויטש האָט באַמערקט, אַז נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ סך יונגע יאַפּאַנער האָבן נישט קיין אַנונג וועגן דער אייראָפּעיִשער געשיכטע, זענען זיי אַלע באַקאַנט מיט אַנאַ פֿראַנקס מעשׂה צוליב די פּאָפּולערע „מאַנגאַ‟־ביכלעך. אינעם צענטער פֿאַר חורבן־בילדונג אין דער שטאָט פֿוקוּיאַמאַ, האָבן שוין בערך 150,000 יאַפּאַנישע קינדער זיך באַקענט מיט דער טראַגישער ביאָגראַפֿיע פֿונעם אומגעקומענעם ייִדישן מיידל און געזען אַ סטאַטוע אין איר אָנדענק.
מאַקאָטאָ אָצוקאַ, דער קוראַטאָר פֿונעם צענטער, האָט דערקלערט, אַז אַנאַ פֿראַנק ווערט באַטראַכט אין יאַפּאַן ווי אַ מעכטיקער סימבאָל פֿון שלום. ער האָט אָנגעהויבן פּלאַנירן צו שאַפֿן אַ בילדונג־אָרט פֿאַר חורבן־שטודיעס אינעם יאָר 1971, ווען ער האָט זיך געטראָפֿן מיט אַנאַ פֿראַנקס טאַטן, אָטאָ — דער איינציקער לעבן־געבליבענער פֿון דער משפּחה. דער צענטער האָט זיך געעפֿנט אין 1995.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.